אין קורצן פון פריער: פאסירט האט עס אנהייב חודש חשון תשע”ו, א חשובע אינגערמאן פון חיפה וואס איז נתקרב געווארן צו חסידיש’קייט ווען ער פלעגט עסן די שבת’דיגע סעודות אלץ בחור ביים קארלינער רב אין ירושלים, באקומט א טעלעפאן רוף פון זיינס א חבר פון ישיבה – נאך א בחור, און ער רעדט זיך אפ פאר זיין יוגנט פריינט אז ס’האט זיך אים אנגעהויבן די זמן אין ישיבה מיט די לינקע פוס, אלעס גייט מיטן פיטום אראפ, ער טראכט אפשר פון טוישן ישיבה, ער איז אובד עצות.
דער אינגערמאן פרובירט צו מחזק זיין זיין פריינט און בעט אים ער זאל נישט טון איבערגעאיילטע שריט, אבער זעענדיג די שטארקע צובראכנקייט פון זיין חבר, איז ער אים מציע אז ער זאל פארן מארגן דאנערשטאג נאכט קיין מירון צו ר’ שמעון מתפלל זיין, און דערנאך נעמען א באס קיין חיפה וואו זיי וועלן פארברענגען א ליל שישי אויף די בערג.
דער בחור האט אנגענומען זיין חבר’ס עצה, ער איז טאקע אנגעקומען דאנערשטאג נאכט קיין חיפה נאכן מתפלל זיין אין מירון, זיין חבר דער אינגערמאן האט אים שוין אפגעווארט ביים באס סטאפ, און זיי זענען געגאנגען שפאצירן ארויף אויפן בארג וואס פירט צום רמב”ם שפיטאל, דער בחור האט אנגעפאנגען ארייננעמען אין זיך די דברי חיזוק פון זיין חבר, און זיי האבן זיך דערמאנט פון די סעודות ביים קארלינער רב און זיך גענומען אונטערזינגען שבת’דיגע ניגונים, בשעת’ן זינגען ‘קה אכסוף’ זעען זיי א געשטאלט זיך דערנענטערן.
ס’איז געווען דעמאלטס אינמיטן די טעראר כוואליע, זיי האבן זיך זייער דערשראקן ווער ווייסט וואס זענען די כוונות פון אט דעם פארדעכטיגטן פארשוין, זיי גרייטן זיך צו אנטלויפן פון שטח…
און יעצט ליינט ווייטער:
“אנטשולדיגט, איך קען אייך אפשר אויפכאפן אויף מיין רעקארדער?”… הערן זיי פלוצים די שטימע פון דעם פארדעכטיגטער, ווען זיי בארואיגן זיך עטוואס, הערנדיג אז דאס איז א שטימע פון א איד, אויך ווען צום גרויס ווייטאג און באדויער, זיין אויסזען פון אינדרויסן ווייזט עס ליידער נישט, גייענדיג אין הוילן קאפ און אן קיין איין אידישער צייכן אויף זיך, אבער כדי זיך צו בארואיגן, איז עס שוין גענוג געווען און זיי האבן ביידע טיף אריינגעאטעמט, זעענדיג אז עס רעדט זיך נישט פון קיין אראבישער טעראריסט מיט בייזוויליגע פלענער.
די צוויי האבן זיך אנגעקוקט איינער דעם אנדערן און האבן צוריקגעבליקט צו דעם פרייער איד און געענטפערט מיט א צושטימונג: “יא, פארוואס נישט. קענסט אונז אויפכאפן, יא דו קענסט”.
דער פרייער איד האט ארויסגענומען זיין רעקארדירונג מאשין פון טאש, ער האט זיך אוועקגעזעצט אויפן באנק נעבן זיי און האט געדרוקט דעם רעקארדירונג קנעפל, און די צוויי האבן צוריק באנייט זייערע שבת’דיגע ניגונים, זיי האבן זיך צוריקגעקערט לשירם ולזמרם.
“אנטשולדיגט, ניין, ניין, ניין”. בעט זיך דער פרייער איד.
“וואס ניין?” פרעגן די ביידע פארוואונדערטערהייט, ווען דער ניגון ווערט איבערגעהאקט אינדערמיט.
“נישט דער ניגון. זינגט ביטע דעם ניגון וואס איר האט פריער געזונגען. דער לעצטער ניגון, אויב עס ארט אייך נישט, איך מוז עס אויפכאפן, אויב עס ארט אייך נישט”. בעט ער זיך צו זיי.
די צוויי האבן ווידעראמאל אנגעפאנגען צו זינגען דעם הייליגן “קה אכסוף” ניגון מיט א באנייטער דביקות און התעוררות. ווען זיי זענען אנגעקומען צום שטיקל פון “ויהי רחמיך מתגוללים”, האבן זיי אויפגעהויבן זייער שטימע מיט אן הייסע תפילה צום הייליגן באשעפער, ווען זייערע אויגן נעמען נישט אראפ די בליקן פון דעם פרייער איד, וועלכער זיצט נעבן זיי און רעקארדירט דעם ניגון מיט אן ערנסטקייט.
און די צוויי חזר’ן איבער דעם “ויהי רחמיך מתגוללים על עם קדשיך, ויהי רחמיך מתגוללים…”, ווען פלוצים ברעכט אויס דער פרייער איד אין א יאמערליכן געוויין, ער נעמט אן זיינע צוויי הענט און לייגט עס ארויף אויף זיין געזיכט און פון זיינע אויגן פאנגען אן צו פליסן טייכן טרערן. זיי זינגען און ער וויינט… און ער וויינט און וויינט.
די צוויי האבן דאן באשלאסן אז זיי וועלן איבערזינגען דעם הייליגן התרגשות’דיגן שטיקל צום צווייטן מאל, און דער פרייער איד יאמערט אין א שרעקליכן געוויין, ביז ווען זיי האבן פארענדיגט דעם גאנצן ניגון, ווען דאן האט ער זיך עטוואס בארואיגט.
זעענדיג דעם וואונדערליכן בילד, האבן די צוויי זיך שוין מער נישט איינגעהאלטן און געבעטן אן הסבר פון דעם פרייער איד. “וואס גייט דא פאר”? האבן זיי געוואלט וויסן.
און דער פרייער איד פאנגט אן צו דערציילן: “איר זעט אז איך בין ליידער נישט קיין שומר תורה ומצוות. איך בין געבוירן געווארן צו א פרייע פאמיליע. מיינע עלטערן זענען געווען גענצליך פריי און פרעמד פון יעדע זאך וואס האט געשמעקט מיט אידישקייט. אזוי בין איך אויפגעוואקסן פון דעמאלטס ביזן היינטיגן טאג”.
“אבער וואס? מיין מוטער זכרונה לברכה האט געשטאמט פון אן ערליכע קארלינער משפחה, זי האט ליידער אלס און אלעס אפגעלאזט און האט כמעט ווי פארגעסן פון אלעס וואס זי האט מקבל געווען פון אירע ערליכע קארלינער עלטערן, אבער איין זאך האט זי געדענקט און גוט געדענקט. יעדע נאכט ווען זי פלעגט אונז איינדרימלען אלס יונגע קינדער, פלעגט זי אונז זינגען דעם קארלינער ‘קה אכסוף’ ניגון. יעדע נאכט. מיר האבן נישט געוואוסט וואס דער ניגון באדייט און פון וואו שטאמט איר מקור.
“מיר האבן געקענט די ווערטער, און מיר האבן בלויז געוואוסט אז אונזער מאמע פלעגט זייער מרוגש ווערן ווען זי האט געזונגען דעם דאזיגן ניגון, זי האט אונז אלס דערציילט אז ביי אירע עלטערן אין שטוב איז נישט געווען קיין שבת וואס דער ניגון איז נישט איבערגעזונגען געווארן עטליכע מאל און דערמיט זענען מיר געוואקסן, וויסנדיג אז אונזער פרומער זיידע דער קארלינער חסיד, האט איבערגעלאזט איין איינציגע ירושה פאר אונזער משפחה, ‘קה אכסוף נועם שבת”…
דער פרייער איד זעצט פאר מיט התרגשות: “זינט דעמאלטס איז שוין אדורך גאנצע זעכציג יאר. צענדליגער יארן האב איך נישט געהערט דעם דאזיגן ניגון, און דער אמת איז, פון וואו האב איך עס געזאלט הערן? איצט בין איך דא פונקט אנגעקומען, איך בין אראפגעקומען שעפן פרישע לופט און פלוצים הער איך א באקאנטער ניגון וואס קלינגט מיר אין די אויערן. און איך שטעל זיך אפ פאר א קורצע וויילע, ווען איך כאפ זיך אן מיט ביידע הענט ביים קאפ: אוי דער ניגון פון מיין מאמע. איך בין געווארן אזוי שטארק מרוגש. דער ניגון פאמפעט מיר נאך אין מיינע קינדערישע בלוט, אלע זכרונות פון דעמאלטס איז מיר ווי ארויפגעשווימען אויף איינמאל. וועגן דעם האב איך אזוי געוויינט”.
און פארוואס האסטו עס רעקארדירט?”, האט איינער פון די צוויי אים געפרעגט.
זיינע אויגן זענען פארמאכט געווארן אויף א מינוט צייט, ווען ער האט געענטפערט שטילערהייט: “דאס איז פאר מיין ברודער… ער איז קראנק מיט די ביטערע קרענק און זיין געזונט צושטאנד איז זייער אין א שווערן מצב. איך וויל אים אביסל מעודד זיין, איך זוך די גאנצע צייט וועגן מיט וואס אים צו שטארקן זיין גייסט און מוט. ווען איך האב ענק געהערט זינגען דעם ניגון, האב איך באלד געטראכט צו מיר אז אט האב איך א געלעגנהייט אים צו ברענגען אביסל נחת פון אלטע זכרונות פון אונזער טאטע און מאמע, וועגן דעם האב איך אייך געבעטן רשות צו רעקארדירן דעם ניגון פאר אים, אביסל נאסטאלגיע”.
“פארוואס רעקארדירן, אויב דו האסט אונז אליינס?”, האט זיך דער יונגערמאן אנגערופן צום פרייער איד.
איך פארשטיי נישט די פראגע דיינע”, האט ער צוריקגעענטפערט פארוואונדעטערהייט.
“דו האסט געזאגט אז דיין ברודער ליגט דא אינעם רמב”ם שפיטאל”, האט דער יונגערמאן פארגעזעצט. “מיר וועלן זיך פרייען ארויפצוגיין צו אים און מקיים זיין די מצוה פון ביקור חולים און מיר וועלן אים זינגען דעם ניגון אן קיין רעקארדירונג. דאס איז דאך ממש ‘השגחה פרטית’ וואס דער באשעפער האט אונז אזוי צוגעפירט, און מיר זענען גרייט דאס צוטוהן פאר דיין קראנקער ברודער”.
דער פרייער איד האט אויפגעראכטן, הערנדיג דעם פארשלאג: “אדרבה ואדרבה. דער אמת איז אז דער דאזיגער געדאנק איז מיר אליינס בייגעלאפן אין מוח, אבער איך האב נישט געהאט די העזה אייך עס אנצוטראגן, אבער אז איר שלאגט עס פאר, וועט עס זיין א גאר געלוגענע אקציע, עס וועט אים זיכער אויפלעבן”.
“מצוה הבאה לידך אל תחמיצנה…” האבן די צוויי געענטפערט ווי אין א כאר.
די דריי האבן זיך איצט אויפגעשטעלט פונעם באנק און האבן זיך ווי אפגעריסן פון די שיינע פאנאראמע און רואיגקייט פון די נאכט און אגעפאנגען צו גיין אין ריכטונג פון די אנאקאלאגישע אפטיילונג אין די רמב”ם שפיטאל. זיי זענען ארויף די שטיגן, אנגעקומען צו די עלעוועיטערס און אדורכגעגאנגען דעם לאנגן קארידאר, ביז ווען זיי האבן זיך געטראפן שטיין ביים בעט פונעם קראנקן ברודער.
דער ערשטער איז עס געווען דער יונגערמאן וועלכער האט אנגענומען קוראזש און אריינגעווארפן עטליכע חיזוק ווערטער, ווען דער קראנקער האט קוים רעאגירט מיט די אויגן, און די צוויי האבן אים אנגענומען ביי די האנט און געזאגט מיט אים אינאיינעם: “שמע ישראל ה’ אלוקינו ה’ אחד”
און דאן האט דער ברודער זיך אנגערופן: “יוני, זיי ווילן דיר זינגען א ניגון, א שיינע ניגון וואס וועט דיר דערמאנען אלטע זכרונות…”. און די צוויי האבן באלד אנגעפאנגען מיטן ניגון “קה אכסוף נועם שבת”… מיטן אור אלטער קארלינער ניגון.
און דער קראנקער פון זיין בעט פאנגט זיך אן צו טובל’ן ראשו ורובו און זיין גאנצער קערפער אינעם נהר דינור פון טרערן, ער וויינט און קרעכצט אן אויפהער. פלגי מים יורדות עיניו, זיין שוואכער אויסגעמאטערטער קערפער ציטערט און טרייסלט מיט התרגשות, ווען די דאקטורים לויפן צו צום בעט און האלטן מיט דעם הייליגן עמאציאנאלער מעמד, און די צוויי שטייען און זינגען איבער נאכאמאל און נאכאמאל, ליל שישי ווערט נתקדש, פון זייערע אויגן פאנגען אן צו גיסן טייכן טרערן און פון זייערע מיילער בעטן זיי זיך צום הייליגן באשעפער: “משוך נועם יראתך לעם מבקשי רצונך, פתח להם נועם ורצון לפתוח שערי רצוניך… וטהר ליבם באמת ובאמונה לעבדך… ויהי רחמיך מתגוללים על מידותך, ויהי רחמיך מתגוללים על עם קדשך”…
און דער קראנקער וויינט און וויינט, זיין קערפער טרייסלט און ציטערט, און די צוויי זעצן פאר מיט התרגשות דקדושה, און מיט אויגן באנעצט מיט הייסע זודיגע טרערן: להשקות צמאי חסדיך… שבת קודש נפשי חולת אהבתך… שבת קודש נפשות ישראל בצל כנפיך יחסיון”…
אזוי ווי זיי האבן פארענדיגט דאס זינגען, האבן זיי געזען אויפן געזיכט פונעם קראנקן, ווי זיינע אויגן זענען באנעצט מיט טרערן, “עולה מן השיר כעולה מן הרחצה”, איינגעטינקען אין זיינע הייסע טרערן און אויסגעוואשן פון אינעווייניג און פון אינדרויסן.
ווען ער האט זיך עטוואס בארואיגט, האט ער זיך פרובירט אונטערצוהייבן פון בעט מיט זיינע לעצטע כוחות, ער האט זיי מיט א וואונק מיט די אויגן זיך באדאנקט פון טיפעניש פון הארץ, און זיי זענען ארויס פון צימער, נישט בעפאר זיי האבן אויסגעטוישט די טעלעפאנען נומערן מיטן ברודער פונעם קראנקן.
זיי האבן זיך געאיילט צום נאנטן באס סטאפ וואס איז נעבן דעם שפיטאל, כדי צו כאפן דעם לעצטן באס וואס וועט זיי אריינפירן אינעווייניג אין שטאט, בעפאר עס ווערט שפעט.
ווארטנדיג אויפן באס וואס האט געשפעטיגט מיט עטליכע מינוט, הערן זיי פלוצים א שטימע רעדט צו זיי: אנטשולדיגט צדיקים, אנטשולדיגט מיר איין מינוט”, האבן זיי געהערט די ציטערדיגע שטימע פונעם ברודער וואס האט זיי נאכגעלאקערט, ער ציטערט און וויינט.
“יא?”, פרעגן זיי אים, “זאלן מיר נאכאמאל ארויפקומען אין שפיטאל?…”.
“ניין… פרעגט נישט וואס ס’איז געשען…”, האט ער געזאגט בלאסערהייט.
“וואס איז געשען…?”, פרעגן זיי יא, ווי פארשטענדליך. מיין ברודער איז נפטר געווארן…”.
“ווער?”
יא, יא, עטליכע סעקונדעס דערנאך וואס איר זענט ארויס פון זיין צימער האט ער געענדיגט זיין לעבן…”
א אידיש קינד האט זוכה געווען צוריקצוקערן זיין נשמה צום בורא כל עולמים אלץ בעל תשובה אינעם זכות פונעם הייליגן ניגון “קה אכסוף”…