צפון קורעא האט געמאלדן אז זי האט אדורכגעפירט א פרישע טעסט איבער א “נייע און פארגעשריטענע וואפן”, וואו דער דיקטאטור און פירער פון לאנד, קים יאנג אן, איז אנוועזנד געווען, און זיך אויסגעדרוקט נאכן טעסט אז דאס איז “א פאקטישער באווייז אז אונזער מעגליכקייט זיך צו באשיצן ווערט שטערקער”.
עס איז דערווייל נישט קלאר וועלכע סארט וואפן מען האט אויספרובירט, און וואו מען האט עס אויספרובירט, אבער די צפון קארעא אפיציעלע נייעס קאנאל האט געלאזט וויסן אז די וואפן וועלכע מען האט אצינד געטעסט, איז ערפינדן געווארן דורך דעם טאטן פונעם היינטיגן דיקטאטור, דער פאריגער פירער פון צפון קים יאנג איל, און דאס איז געווען זיין פערזענליכער פראיעקט.
אזויפיל האבן זיי יא געזאגט, אז “די וואפן וועט באשיצן צפון קארעא ווי אן אייזערנער מויער”.
דאס איז די סאמע ערשטע מאל וואס צפון קארעא פירט אדורך אן עפנטליכער וואפן טעסט זינט די היסטארישער סאמיט צווישן דעם אמעריקאנער פרעזידענט דאנעלד טראמפ און דער צפון קארעא טשעירמאן קים יאנג אן אין סינגאפאר פארלאפענעם יוני.
טראץ וואס צפון האט הייס פארשפראכן צו צענעמען אלע זייערע נוקלעארע וואפן ארסענאלן, און אנהייבן צו לעבן גוט מיט אמעריקע, האט מען נישט געזען עפעס ערנסטע זאכן, אויסער א רעגירונג קאנטראלירטע אויפרייס פון א נוקלעארער סטאנציע פארנט פון זשורנאליסטן, און דאס גלייכן.
מיר האבן נישט לאנג צוריק באריכטעט דא אויף אידישע ווינקל, אז עס זענען אנטדעקט געווארן סאטעליט בילדער וועלכע צייגן אז צפון נארט אויס אמעריקע און די גאנצע וועלט, נאכדעם וואס זיי האבן אנגעהויבן צו צענעמען די אפיציעלע נוקלעארע סייט’ס, אבער אין 16 אנדערע ערטער האבן זיי אנגעהויבן צו פארבעסערן און פארגרעסערן די אקטיוויטעטן, אנגעבליך פארצוזעצן מיט די אנטוויקלונג פון זייערע באליסטישע וואפן.
ערשט פארלאפענע וואך איז אפגעשטופט געווארן א זיצונג וואס האט געזאלט פארקומען צווישן אמעריקאנע און צפון קארעא דיפלאמאטן, נאכדעם וואס צפון האט ארומגעשפילט מיט די אמעריקאנער באאמטע און נישט געהאלטן ביים קאאפארירן ווי נארמאלע מענטשן, זאגנדיג אז זיי ווארטן אויף אמעריקע, זיי זאלן אראפנעמען די סאנקציעס.
אין רעאקציע צו די פרישע וואפן טעסט האט א ווארטזאגער פון די אויסערן מיניסטעריום פון אמעריקע געזאגט אז “אמעריקע איז זיכער אז די פארשפרעכונגען וואס קים האט געגעבן פאר טראמפ וועלן פארווירקליכט ווערן”.
דרום קארעא – וועלכע האט אנגעהויבן גוטע באציאונגען מיט זייער ביז יעצטיגע בלוט שונא צפון, האט געזאגט אז זיי דארפן פריער וויסן וואס די וואפן איז, כדי צו קענען רעאגירן סיי וואס דערויף.