צוויי ארגענטינער בירגער זענען היינט נאכט ארעסטירט געווארן, אויפן פארדאכט אז זיי פירן געשפרעכן און געשעפטן מיט די כיזבאללא טעראר גרופע, און האבן ווי עס שיינט פלאנירט אדורכצופירן אן אטאקע אויפן G20 סאמיט וואס דארף פארקומען אין ענדע חודש אין בונעאס איירעס.
לויט די באריכט פון די זיכערהייט מיניסטעריום אין ארגענטינע, זענען די צוויי פארדעכטיגטע, אין עלטער פון 23 און 25, געפינען געווארן מיט א צאל וואפן און אנדערע אויפרייס מאטעריאל אין זייער באזיס.
די צוויי זענען ארעסטירט געווארן אין זייער געהיימע דירה אין בונעאס איירעס, נאכדעם וואס די פאליציי האט געטראפן באווייזן אז די צוויי האבן געהאלטן ביי זיך סערטיפיקאטן אין די אראבישע שפראך, וועלכע האבן ארויפגעקריצט אויף זיך די כיזבאללא פאן, מיט וואס זיי זענען ארומגעפלויגן ארום די וועלט.
ווי שטארק זענען די באווייז אז זיי האבן געוואלט אטאקירן דעם G20 סאמיט, אדער וואו זיי זענען געפלויגן, פארוואס זיי זענען געפלויגן, און וואס די קלאגעס זענען, האט די פאליציי נישט געהאלטן ביים ארויסגעבן.