פאליטישע נייעס און ארטיקלען

געשמאק צולייגט: די סטעיט אוו די יוניאן רעדע פון פרעזידענט טראמפ

די סטעיט אוו די יוניאן רעדע וועלכע ווערט יערליך געזאגט דורכן פרעזידענט, איז דאס יאר נאכגעפאלגט געווארן מיט גרויס נייגער, נאכדעם וואס די רעדע זעלבסט איז גענוצט געווארן אלס פאליטישע טאבע, וואס די דעמאקראטישע נענסאו פעלאוסי האט געווארפן אויף טראמפ אלס ווארענונג צו פארענדיגן די לענגסטע שאטדאון אין אמעריקאנער היסטאריע.

די רעדע דארף צו אדרעסירן דאס מצב פונעם לאנד, אבער דאס יאר האט דער פרעזידענט גענוצט די רעדע צו שילדערן די מצב פון טראמפ און זיין אדמיניסטראציע… ער האט פאקטיש דאס גענוצט פאר א פאליטישע רעדע, אויפצוהייטערן זיינע אנהענגער, און אביסל אראפקלאפן די מאראל פון זיינע דעמאקראטישע פארפלאגער.

דורכאויס די רעדע האבן די רעפובליקאנער כסדר געקלאטשט און עפלאדירט, זיך אויפשטעלנדיג. אויך די דעמאקראטישע קאנגערס פירערין פעלאוסי האט אין געוויסע ערטער געקלאטשט, מיט א באבלאזענעם און אומצופרידענע געזיכט, וואס איז שפעטער פארוואנדלט געווארן אלס א וויץ אויף וואס מען פאליטישע לצים און קאמיקער האבן זיך פיין אונטערגעהאלטן.

דורכאויס א שעה מיט צוואנציג מינוט האט זיך טראמפ מער ווייניגער געהאלטן צום פארגעשריטענע רעדע. דאס איז זיין ערשטע רעדע וואס ער זאגט אונטער א דעמאקראטיש קאנטראלירטע קאנגרעס. טראמפ האט אנגעהויבן מיט א רוף פון אחדות און פרידן, זאגנדיג אז ער איז דא צו סערווירן איין אמעריקאנער פאלק, און נישט צוויי פארטייען.

אבער אין די זעלבע צייט וואס ער האט גערופן פאר אחדות און צוזאמענארבעט, האט ער אויך אראפגעריסן די אומיושר’דיגע פארשונגען וועלכע קומען פאר קעגן אים, וואס לויט אים איז דאס בלויז פאליטיש מאטיווירט, און קען שעדיגן די גאר גוטע עקאנאמיע אין לאנד.

טראמפ האט ארויסגעברענגט זיינע ווערטער אויף א שיינע און רואיגע שפראך, אנדערש ווי זיין געווענליכער סטיל צו רעדן ברייט און ווילד, אבער פון זיין אגענדע האט ער נישט פארגעסן, נאר ברייט ארומגערעדט פון אלע טעמעס וואס ער האמערט כסדר. צווישן אנדערע האט ער געמאכט א הייסן צוזאג צו בויען א מעכטיגער וואנט ביים מעקסיקאנער גרעניץ…

מיט דראמא האט דער פרעזידענט גערעדט איבער קאראוואנען פון אומלעגאלע אימיגראנטן וואס שטראמען אין די מאסן קיין אמעריקע בשעת וואס ער גיבט די רעדע, ער האט געזאגט אז ער וועט פארגרעסערן די צאל אמעריקאנע סאלדאטן וועלכע וועלן זיי צוריקהאלטן. טראמפ האט גערעדט איבער אימיגראנטן, דראג דילער, גענגסטערס, קארטעלן, און קרימינאלן וואס קלאפן אויף די אמעריקאנע טירן, און געזאגט אז ס’איז צייט זיי ארויסצושטעלן פון ביזנעס.

“מיר זענען געבוירן פריי, און מיר וועלן אזוי בלייבן, אמעריקע וועט קיינמאל נישט זיין קיין סאציאליסטיש לאנד” האט טראמפ שטרענג געזאגט, נאכן אראפלייגן מיט באקציינער וויאזוי דער פרעזידענט אין ווענעזועלע וועלכער איז א סאציאליסט, מאכט א תל פון זיין לאנד.

טראמפ האט דערמאנט אלע זיינע אויפטואונגען אין די יארן זינט ער זיצט אינעם אפיס, אריינגערעכנט דאס וואס ער האט גערוקט די אמעריקאנער אמבעסאדע קיין ירושלים. ער האט זיך שטארק בארימט זאגנדיג אז ווען ער איז ווען נישט קיין פרעזידענט וואלט שוין לאנג געווען א דריטע וועלט קריג מיט צפון קארעא, און ער האט גלייכצייטיג געמאלדן אז ער וועט זיך טרעפן אין ענדע מאנאט פאר א צווייטע סאמיט מיט קים יאנג אן אין וויעטנאם.

באזונדער האט זיך טראמפ אויפגעטוען אז איבער 5 מיליאן דזשאבס זענען צוגעקומען זינט ער איז פרעזידענט, וואס דאס איז די העכסטע רעקארד אין אמעריקע. ער האט גענומען קרעדיט אויף די עקאנאמיע פון אמעריקע וועלכע שטייט גאר גוט און אלע לענדער זענען אים מקנא. איבער מיטל מזרח האט טראמפ געמאלדן אז ער ענדיגט די קריג אין אפגאניסטאן, און אז ער האט צעקלאפט אייסיס. ווען נישט מען שטערט אים אזויפיל, וואלט ער געמאכט אמעריקע פאר פיל גרעסער…

באזונדער האט טראמפ געזאגט אז ער איז שטאלץ צו האבן א קאנגרעס מיט די מערסטע צאל פרויען אין זיך. דא האבן זיך אויפגעשטעלט די פילע פרויען פראטעסטירער וואס זענען געקומען צום רעדע געקליידעט אין ווייסן, און אים עפלאדירט. טראמפ האט נישט געקענט באהאלטן זיין צופרידנהייט אז זיי האבן ענדליך געקלאטשט צו זיינע ווערטער.

די רעדע איז אדורך בשלום, און טראמפ האט ווידער געוויזן פאר זיינע וויילער אז ער האט וואס צו פארקויפן, און ער איז נאכאלץ דער וואס בויעט אמעריקע, און פארשטייט זיך א וואנט ארום איר…

 

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

באמערקונגען

  • איך ווייס נישט, איך בין א דעמאקראט, נישט געוויילט פאר טראמפ, עס איז אפי’ דא אין מיר אביסל פון די אזוי גערופענע “האס” אנטקעגן איהם, און איך מיז זאגן, איך האב “גאר שטארק הנאה געהאט פון די רעדע”, איך פיהל ער האט געדעקט גאר אסאך וויכטיגע ענינים העומדים על הפרק, און ער האט מצליח געווען איבערצודרייען מיין בליק אויף איהם!

    • טראמפ האט גערעדט אייזן. דאקעגן די דעמאקראטן האבן זיך אויפגעפירט באבלאזן און קינדעריש, די גאנצע ווייסע קליידונג סעלעבראציע און פאראייניגונג שמעקט פון א פורים גרופע דורך קליינע קינדער. די רעפובליקאנער און קאנסערוואטיווע ווירדן הערן זיך אסאך בעסער און אנגענומען אין די אויערן פון חסיד’ישער איד. די ליבעראלן זענען פאר יעדע זאך וואס מיר וואלטן נישט געהאלטן אזוי. טראמפ איז דעריבער אזוי פארהאסט ביי זיי, ווי דער פרומער ביי אונז וואס שרייט און פארפירט אויף פרומקייטן…

  • ארי, א נקודה למחשבה.
    קענסט נישט באשולדיגן אז “די גאנצע ווייסע קליידונג סעלעבראציע און פאראייניגונג שמעקט פון א פורים גרופע דורך קליינע קינדער”, וויבאלד פרעזידענט טראמפ איז געווען דער וואס האט טאקע דאס געוואלט און געצילט, אז די “פאליטיקלי קארעקט” שיכט וועלכע פארדעקט יעדעם פאליטיקאנט, זאל פארשוועמט ווערן פון די ווייסן הויז צום תהום אריין.
    די גאנצע טראמפ מהלך איז ווילד, באבלאזן און קינדעריש, און די דעמאקראטן – וועלכע זענען אויך ווערד זייער געלט – פרובירן אים צוריק צו דערלאנגען אין דעם זעלבן שפראך.
    נאר וויבאלד זיי האבן נישט די לאנגע יארן ערפארונג ווי טראמפ, האט עס אזא פנים…

    • שוין איינמאל א פורים גרופע..

      ווען מען בלייבט זיצען ווען מען רעדט ווי נידריג די שווארצע ארבעט-לאז’ איז….

      און ווען די רעדע איז ווי נידריג די פרויען ארבעט-לאז’ איז, קוים אביסעל אפלאדירן..
      פארשטייטזיך נאכען ארים בליקען צווישען זיך צו
      עס איז יא וויכטיג מען זאל זיך אויפשטעלן צו נישט….

      אבער ווען מען רעדט אז פרויען אין קאנגרעס איז די מערסטע און היסטאריע, וואס דעס איז שוין נגיע זייער אייגענע פרעוואטע לעבען… דעמעלטס פאטשט מען, ‘טאנטסט מען’, שרייט מען, “ווי קליינע קינדער….”

      שוין אפגערעדט די וואסע קליידענג וואס זעהט אויס אייניג צו די קקק-גרופע.. וואס זענען אויך געווען די זעלבע דעמעקראטען..!!

  • ווען ער רעדט ווי א פרעזידענט, קומט זיך אים קרעדיט, אכדעם וואס אין די פארגאנגאנגענע 2 יאר האט ער אראפגעברענגט דעם ניווא פון אן אמעריקאנער פרעזידענט.
    וועלן מיר זען צי ער וועט אנהאלטן דעם יעצטיגן טאָן, אדער וועט ער צוריקגיין אלס “טוויטער פרעזידענט”.

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.