ארטיקלען און געדאנקען

הערט אויף מיט די קאנספיראציע טעאריעס: וואקסינירט אייערע קינדער!


גאסט עדיטאריעל, געשריבן דורך א. ניכטערער – (באַזירט אויף אַן אמת’ער געשיכטע)


מרת יענטעוויטש האָט זיך נישט געיאָגט אויפצוהייבן דעם היים-טעלעפאָן וואָס האָט געקלונגען אָן אויפהער; זי איז נאָך אַלעם די וועלט-באַרימטע נוטרישאָניסט. אַז זי וועט באַלד אויפהייבן קען עס מאַכן דעם רושם אַז זי איז חלילה נישט פאַרנומען מן הבוקר עד הערב מיט’ן סערווירן טויזנטער מענטשן אַרום דער וועלט. (באמת האָט זי קוים איין טעלעפאָן רוף אַ טאָג, אָבער, ששש, זאָגט נישט אויס קיינעם.)

ענדליך האָט דער נייגער גובר געווען…

“העלאָ, ווער רעדט?”

“ושתי.”

“ושתי וואָס?”

“ושתי המלכה, וויפיל ושתיס קענט איר?”

“איר ווילט נישט וויסן. אַלנפאַלס, וויאַזוי קען איך אייך העלפן?”

ושתי האָט געטראַכט אַ וויילע, אומזיכער וויאַזוי צו פאָרזעצן. ענדליך האָט זי זיך אָנגערופן:

“איר וועט מיר מסתמא נישט גלייבן אָבער, הממם, ס’איז מיר אַרויסגעוואַקסן אַ וויידל.”

“אַך, וואַקסינס! שוין נאָך אַ קרבן געקאָסט!”

“מאָדנע איך האָב געמיינט אַז איך בין דער ערשטער מענטש אין דער געשיכטע וועמען ס’איז געוואַקסן אַ וויידל, און איר ווייסט שוין אַז ס’איז…”

“נאַרישקייטן, איר האָט נישט קיין אַנונג וואָספאַראַ חורבנות וואַקסינס מאַכן.”

“איר ווייסט,” האָט ושתי זיך גע’חידוש’ט, “די רבנים זאָגן אַז דאָס וויידל איז מיר געקומען אַלס שטראָף, ווייל כ’האָב מצער געווען אידישע טעכטער און זיי געמאַכט אַרבעטן שווער אום שב”ק.”

“די רבנים?” האָט מרת יענטעוויטש עקספּלאָדירט, “זיי האָבן אויסגעהערט ביידע צדדים פאַר’ן אַרויסגעבן אַזאַ פּסק?! יעדנפאַלס, אַמאָל ווען די וועלט איז נאָך געווען צוריקגעשטאַנען האָבן ערליכע אידן טאַקע געוואוסט אַז יעדע זאַך וואָס ס’פּאַסירט צו אַ מענטש קומט פון הימל. היינט מיט די געוואַלדיגע אינפאָרמאַציעס וואָס מיר יענטעס טרעפן אויף קאָנספּיראַציע טעאָריע וועבסייטס, אויפ’ן טריפה’נעם אינטערנעט, ווייסן מיר שוין אַז יעדער געזונט-פּראָבלעם קומט צוליב וואַקסינס.”

“יעדער געזונט פּראָבלעם? ממש?!”

“יאָ, קראָנ’ס דיזיז, קענסער, קאַר עקסידענטס, עי-די-די, אָו-טי-די, ען-וויי-סי, עם-טי-עי, גלאָבעל וואָרמינג, אַלעס, אַלעס.”

“קרעץ אויך?”

“קרע… נו אוודאי אַזוי, אָבער פאַרוואָס פרעגט איר?”

“נישט קיין חילוק,” האָט ושתי געענטפערט אַ פאַרשעמטע. זי האָט נישט געהאַלטן ביים אויספּאַקן איר גאַנצע פּעקל צרות. “לאָמיר זאָגן אַז ס’איז מיר נוגע פאַר וועלכער סיבה ס’זאָל נאָר זיין.”

מרת יענטעוויטש האָט זיך אונטערגעשמייכלט, “זאָרגט נישט ושתי, איך בין זייער פאָרזיכטיג ווען ס’קומט צו סודות; איך טייל זיי נאָר מיט מיט אַ האַלבער שטאָט.”

“עה, מרת יענ…”

“בקיצור ושתי, לאָמיר עס מאַכן קורץ, ווייל מיינע אַנדערע פּאַציענטן וואַרטן אויף מיר. איך האָב אייך שוין אַזוי אויך אַוועקגעגעבן מער צייט ווי כ’האָב. לאָמיר צוגיין צום פּונקט, איר ליידט פון וויידל-קרעץ, אַ מחלה וואָס איז אַ דירעקטע תוצאה פון די שרעקליכע וואַקסינס וועלכע ווערן אַרויפגעצווינגען אויף אונז און אונזערע קינדער. איך האָב שוין באַהאַנדלט הונדערטער מענטשן מיט דער מחלה, מיט שטוינענדע רעזולטאַטן. איך שיק אייך שוין אַריבער עטליכע פלעשער כינעזער האָניג, יאַפּאַנישע מעל, הימאַלייער מילגרוים זאַפט, הרב צאָפּקאוויטש’ס טראָפּן, און נאָך אַ טוץ וויטאַמינען און סופּלעמענטס. נעמט עס פינף מאָל אַ טאָג און דער אַפעקט פון די שעדליכע וואַקסינען גייען באַלד אַוועק. ביז אַ וואָך זענט איר וויידל-קרעץ פריי.”

פאַר ושתי’ן איז געוואָרן נישט גוט הערנדיג די גאַנצע ליסטע. “דאָס וועט מיר שוין קאָסטן אַ מאַיאָנטעק, מרת יענטעוויטש.”

“בכלל נישט. דער פּרייז פאַר דעם גאַנצן סעט פּראָדוקטן איז… איין מינוט לאָמיך אויסרעכענען… נישט מער פון 1,087 דאָלאַר מיט 83 צענט. דאָס איז שוין נאָך דער צוואָנציג פּראָצענט הנחה וואָס מיר געבן פאַר די וואָס קומען צו אונז דורך דעם באָדערנאָט סקוואַש האַטליין.”

“באָדערנ?…”

“ששש, קיינער מוז דאָך נישט וויסן אַז איר האָט קיינמאָל נישט גערופן דעם האַטליין, אָבער מאַכט זיכער אַז איר רופט ביז 24 שעה, אַז ס’זאָל נישט זיין קיין שאלה פון גניבה. דער נאָמבער איז 446-546-6536. דאָרט קענט איר הערן איבער דער שרעקליכער סכנה פון וואַקסינס, ממש די האָר פון קאָפּ קענען זיך אויפשטעלן. און פאַר איך פאַרגעס, ושתי, איר קענט אַליין ווערן אַ דיסטריביוטאָר אונטער מיר, און דאַן באַקומט איר די פּראָדוקטן דירעקט פון די קאָמפּאַני פאַר האָלסעיל פּרייזן.”

“וויאַזוי ווערט מען אַ דיסטריביוטאָר?”

“זייער פּשוט. מען צאָלט איין בלויז פינף טויזנט דאָלאַר, אָבער דאָס איז ממש אַ קלייניגקייט ווייל מען באַקומט תיכף צוריק דאָס גאַנצע געלט, ווי נאָר מען ברענגט אַריין פופציג דאַונליינס; דאָס מיינט דיסטריביוטאָרס.. ביז אַ חודש מאַכט מען שוין פופציג טויזנט דאָלאַר און ביז אַ האַלב יאָר באַקומט מען אַ הויז.”

“מרת יענטעוויטש, זייט מיר מוחל, אָבער איך האָב נישט דעם קאָפּ יעצט. איין זאַך אויפאַמאָל. איר זאָגט ביז אַ וואָך בין איך אויסגעהיילט, מיר וועלן דעמאָלט רעדן ביזנעס…”

“גוט. צוריק צו אייער אָרדער; פאַר באַשטעלונגען פון מינימום צוועלף הונדערט דאָלאַר שטעלן מיר צו אומזיסטיגע דעליווערי. איר זענט ‘שאָרט’. אפשר וואָלט איר געוואָלט צולייגן נאָך איין אייטעם זיך צו שפּאָרן די דעליווערי קאָסטן?…”

“גענוג שוין!” האָט ושתי געפּלאַצט. “איך וועל באַצאָלן די דעליווערי קאָסטן.”

*

קוים צוויי שעה איז פאַראיבער און דער טעלעפאָן קלינגט ווידעראַמאָל ביי מרת יענטעוויטש אין שטוב.

“יענטעוויטש נוטרישאָן קאָנסאָלטינג, ווער רעדט?”

“מרת יענטעוויטש, דאָ רעדט נאָכאַמאָל ושתי, איר מוזט מיך העלפן. מיין לאַגע האָט זיך דראַסטיש פאַרערגערט.”

“וואָס גייט שוין ווייטער פאָר, מרת המלכה?”

“מיין מאַן האָט מיך געלאָזט רופן. ער מאַכט אַ גרויסע פּאַרטי מיט גרויסע שטיקער סטעיק אויפ’ן גריל, און פעסער וויין. ער האָט געהייערט פּאַרטי פּלענערס, מיט אַ מעדזשישען, מיט אַ קומזיץ, און אַ ילד הפּלא, כדי צו ווייזן אַלעמען ווי רייך און קוּל ער איז — און ער וויל איך זאָל ערשיינען; אָבער איך קען דאָך נישט גיין מיט מיין וויידל!” ושתי איז געווען פאַרצווייפלט.

“גייט נישט!” האָט מרת יענטעוויטש דערקלערט שטייף. “רעלידזשעס פרידאָם! די גאָווערמענט קען אונז נישט איינטיילן וואָס צו טאָן.”

אָבער ושתי איז נישט געוואָרן איבערצייגט.

“פרוי יענטעוויטש, איך האָב זיי דאָס פּרובירט צו ערקלערן, אָבער מיינע טענות פאַלן אויף טויבע אויערן.”

“דאָס זענען די אַזויגערופענע עסקנים,” האָט יענטעוויטש רעאַגירט בייז. “זיי זענען שולדיג! מען וועט אַרויסגיין אין מלחמה קעגן זיי און אַרויסגעבן זייערע טעלעפאָן נאָמבערס. יעדער זאָל זיי רופן טעראָריזירן…”

“למעשה,” האט איר ושתי איבערגעהאַקט אַן אומרואיגע. “וואָס טוט מען ‘יעצט’?”

“אָה, נישט געזאָרגט, ושתי. דאָסמאָל וועל איך פאַרשרייבן פאַר אייך אונגאַרישע מאַגנעטן, אַזיאַנער פיש-אויל, אַפריקאַנער אוראַניום, רוסישע וואָדקע, ראָמענישע גנבים, און אַ דאָפּלטע דאָזע פון אַלע וויטאַמינען און סופּלעמענטן וואָס כ’האָב אייך געשיקט מיט’ן ערשטן אָרדער. איך קען אייך צושטעלן דעם גאַנצן סעט פאַר אונטער דריי טויזנט דאָלאַר.”

ושתי איז געווען אויס-מענטש: “איר פאַרשטייט נישט די שווערע לאַגע; מיין מאַן האָט געשיקט שליחים צו וואָרענען אז אויב איך קום נישט וועט ער מיך הענגען.”

“און איר גלייבט זיי נאָך?!” האָט מרת יענטעוויטש זיך אָנגערופן מיט שפּאָט. “וואָס ווייסן זיי? וואָס פאַרשטייען זיי? זיי האָבן נישט געמאַכט קיין סטאַטיסטיקס, זיי זאָגן נאָר נאָך וואָס מען האָט זיי געלערנט אין קאַלעדזש. זיי האָבן נישט די עקספּיריענס וואָס איין יענטע באַקומט מיט פופצן מינוט ריסוירטש.”

“צי איך גלייב זיי? כ’מיין זיי האָבן יאָרן ערפאַרונג, זיי זאָגן אַז אין אַזאַ צושטאַנד איז נישטאָ קיין ברירה נאָר צו פאָלגן די קאַפּריזן פונעם מלך טיפּש, ווייל די אַנדערע אָלטערנאַטיווע איז אַ זיכערער טויט. עכ”פּ, דאָס האָט פּאַסירט צו אַנדערע מענטשן וועלכע האָבן געמיינט אַז זיי זענען קלוגער.”

“דאָס איז די איינציגסטע זאַך וואָס זיי קענען, די שוסטערס,” האָט מרת יענטעוויטש רעאַגירט מיט שפּאָט, “זאָגן פאַר מענטשן אַז זיי גייען שטאַרבן, אַלעס נאָר צו מאַכן אַפּאָר דאָלאַר פון די אינשורענס קאָמפּאַניס, דורכ’ן אָנשטאָפּן די מענטשן מיט וואַקסינס. איגנאָרירט זיי, נעמט מיינע נאַטירליכע הייל-מיטלען, און די תלי’ וועט אַוועקגיין פון זיך אַליין, גלייבט מיר. אגב, אפשר דאָך ווילט איר ווערן אַ דיסטריביוטאָר? מיר האָבן אַ ספּעציעלע הנחה — פינף דאָלאַר ביליגער פאַר די וואָס רעגיסטרירן זיך היינט…”

*

מיר האָבן זיך ערלויבט אַביסעלע אונטערצוהאַלטן; עס איז דאָך חודש אדר ווען מען איז מרבים בשמחה. מיר האָבן אוודאי נישט געמיינט קיינעם וויי צו טאָן און מיר פּרובירן אויך נישט צו טוישן קיינעם, נאָר צו טיילן אונזערע צוויי צענט איבער דער נושא פון וואַקסינס. (און אויב זענט איר פון די וואָס האָבן איינגעזען די שעדליכקייט פון די וואַקסינס דאַן ווייסט איר אוודאי אויך ווי נאַאיוו מיר זענען, איז פאַרוואָס זיך צעקראַצן פון אונזער מיינונג?…)

קאָנספּיראַציע טעאָריעס זענען נישט ניי. דער חידוש איז אַז זיי האָבן זיך אַריינגעכאַפּט צווישן אונזער ציבור; אידן האָבן אַלעמאָל געליטן פון די בלבולים וועלכע זענען פאַרשפּרייט געוואָרן דורך קאָנספּיראַציע טעאָריקער און דעריבער געווען די לעצטע זיי אָפּצוקויפן.

און מיינט נישט אַז יענע קאָנספּיראַציע טעאָריקער האָבן זיך נישט באַוואָפנט מיט “פאַקטן”. מיט 670 יאָר צוריק, ווען די גלחים האָבן געהעצט די פּויערן קעגן די אידן, און באַשולדיגט די אידן אין דער שוואַרצער מגיפה וואָס האָט אומגעברענגט צענדליגער מיליאָנען מענטשן איבער אייראָפּע (רח”ל), האָבן זיי אויך געהאַט שטאַרקע “באַווייזן”, נעמליך, די אידישע געמיינדעס האָבן נישט געליטן פון דער מגיפה — עכ”פּ נישט אויף אַזאַ שווערן פאַרנעם ווי די גוי’אישע באַפעלקערונג; וואָס קען זיין אַ בעסערער באַווייז ווי דעם אַז די אידן האָבן פאַרגיפטעט די וואַסער ברונעמס? ווי אויך האָבן אַלע געזען אַזוי קלאָר ווי אין דעם ערשטן טאָג פון זייער יום טוב ראש השנה זענען אַלע אידן אַרויסגעגאַנגען צו די טייכן און דאָרט געוויילט אַ שטיק צייט. וואָס האָבן זיי דאַן געטאָן אויב נישט אריינגעשאָטן סם אין דעם וואַסער?

פאַרשטייט זיך אַז די אמת’ע סיבה פאַרוואָס די שוואַרצע מגיפה האָט נישט געהאַט אַזאַ שווערן אַפעקט אויף די אידישע געמיינדעס איז געווען וויבאַלד די אידן האָבן געהיטן אויף ריינקייט, בשעת די גוים זענען אין יענע יאָרן ע”פּ רוב געווען זייער צוריקגעשטאַנען און נישט אַכט געגעבן אויף היגיענע. אָבער גיי פּרוביר עס צו ערקלערן פאַר די אומוויסנדע מאַסן.

די קאָנסעקווענצן פון דעם בלבול זענען געווען שרעקליכע; צענדליגער טויזנטער אידן זענען אומגעקומען על קידוש השם, און הונדערטער אידישע קהילות זענען פאַרטיליגט געוואָרן, הי”ד.

(אגב, עמיצער האָט ארויסגעברענגט דעם טראַגי-קאָמישן פּאַראַדאָקס: ביי דער שוואַרצער מגיפה האָבן די שונאי ישראל באַשולדיגט די אידן אין פאַר’סמ’ען די גוים, וויבאַלד די אידן זענען נישט קראַנק געוואָרן. יעצט באַשולדיגן אַנטיסעמיטן די אידן אין קראַנק מאַכן די גוים וויבאַלד די אידן זענען יאָ קראַנק געוואָרן.)

לאָמיר אַ שפּרונג טאָן עטליכע הונדערט יאָר: נאָך די 9/11 אַטאַקעס האָבן טייל אַנטיסעמיטן גע’טענה’ט אַז אידן האָבן דורכגעפירט די אַטאַקעס, והא ראי’, אַ צאָל (אָרטאָדאָקסישע) אידן זענען נישט אַריינגעקומען צו דער אַרבעט יענעם טאָג.

גיי פּרוביר מסביר זיין די שונאי ישראל אַז ס’איז געווען סליחות-צייט און דעריבער זענען פרומע אידן געבליבן לענגער אין שול און אַזוי געראַטעוועט געוואָרן מיט גרויס סייעתא דשמיא. (למען האמת, עס זענען ליידער געווען צענדליגער אידן ‘צופיל’, צווישן די אומגעקומענע אין די צווילינג טורעמס, הי”ד.)

*

רוב מענטשן זענען מבינים און ווייסן וויאַזוי צו אידענטיפיצירן אַ קאָנספּיראַציע טעאָריע ווען זיי זעען/הערן דאָס. די קאָנספּיראַציע טעאָריקער טרעפן אַלעמאָל לעכער אין דער אָפיציעלער ווערסיע, וואָס איז איראָניש, ווייל זייערע ווערסיעס זענען לעכערליך ביז גאָר און רופן אַרויס פיל מער קשיות ווי זיי קענען נאָר טרעפן אויף דער אָנגענומענער ווערסיע.

למשל, די קאָנספּיראַציע טעאָריקער וועלכע האַלטן אַז די רעגירונג האָט דורכגעפירט די 9/11 אַטאַקעס, טענה’ן אַז ס’איז נישט מעגליך אַז די מאַסיווע צווילינג טורעמס זענען אַראָפּגעברענגט געוואָרן דורך צוויי עראָפּלאַנען; ס’מוז זיין אַז די רעגירונג האָט איינגעפלאַנצט ריזיגע קוואַנטומען פון אויפרייס-מאַטעריאַל און ברענשטאָף…

אָבער אַז מיר זאָלן גלייבן די קאָנספּיראַציע טעאָריקער דאַרפן מיר אָננעמען אַז פאַר וואָכן לאַנג זענען מאַסיווע טאַנקיר טראָקס אָנגעפילט מיט ברענשטאָף אַראָפּגעפאָרן אויפ’ן וועסט סייד הייוועי, אין ריכטונג פונעם וואָורלד טרעיד צענטער — און אַז ריזיגע קוואַנטומען פון אויפרייס מאַטעריאַלן זענען אָפּגעליפערט געוואָרן צו די צווילינג טורעמס — אָנדעם וואָס עמיצער זאָל דאָס באַמערקן, און אין דער עפּאָכע פון וויקי ליעקס, ווען קיין שום רעגירונגס סוד איז מער נישט זיכער, האָט די רעגירונג אויף עפּעס אַן אופן באַוויזן אויסצובאַהאַלטן אַזעלכע האָר-אויפהייבנדע פאַקטן פון דער באַפעלקערונג…

*

אין פאַל פון די וואַקסינען, פּרובירן אונז די קאָנספּיראַציע טעאָריקער צו פאַרקויפן, אַז די גאַנצע וועלט האָט זיך פאַראייניגט אין אַ קאָנספּיראַציע פון אויסטערלישע פּראָפּאָרצן; די דעמאָקראַטישע רעגירונגען ווי די קאָמוניסטישע; די פרייע ווי די דיקטאַטורישע; די פּראָ-אַמעריקאַנער מיט די אַנטי-אַמעריקאַנער — כדי רייך צו מאַכן אַמעריקאַנער פירמעס.

אין אַמעריקע טוישן זיך רעגירונגען יעדע אַכט-צען יאָר, אָבער אַלע פון זיי זענען אין טאַש פון “ביג פאַרמאַ”. פופציג שטאַטן, רעפּובליקאַנער און דעמאָקראַטישע גאָווערנאָרס, יעדער לייגט אַוועק די דיפערענצן אין אַ זייט ווען ס’קומט צו דער איינער אישו.

די צוויי פּאַרטייען וועלכע זענען אין קאָנטראָל פון אונזער רעגירונג — און וועלכע קענען זיך נישט אייניגן איבער וויאַזוי צו באַשיצן די אַמעריקאַנער גרעניצן, און וויאַזוי צו פינאַנצירן און האַלטן אָפן די רעגירונג — יעדער לייגט אַוועק די דיפערענצן אין אַ זייט ווען ס’קומט צו דער איינער אישו. אין דעם היינטיגן קריגערישן פּאָליטישן קלימאַט, ווען ס’זענען כמעט נישט פאַראַן קיינע צוויי פּאָליטיקאַנטן וואָס זעען שווה בשווה, האָבן אַזויפיל אַגענטורן, אָרגאַניזאַציעס און אינדיווידועלן זיך פאַראייניגט כדי צו פאַרגיפטן אונזערע קינדער…

יאָ, אַזוי ווי איר הערט, צענדליגער טויזנטער דאָקטוירים און שפּיטעלער, די רעפּובליקאַנער, מיט די דעמאָקראַטן, מיט דער סי-די-סי, מיט דעם סטעיט העלט דעפּאַרטמענט, מיט די אַלע היימישע העלט צענטערס, מיט די קינדער-דאָקטוירים אין וועמענ’ס הענט מיר אָנפארטרויען דאָס געזונט פון אונזערע קינדער [אַריינגערעכנט אַ צאָל שומרי תורה ומצוות] מיט די מנהלי המוסדות — אַלע האָבן זיך פאַראייניגט אויסצובאַהאַלטן דעם אמת פון אונז, און די רוסישע העקערס האָבן דווקא אויף די פּרטים נאָכנישט באַוויזן צו לייגן אַ האַנט…

און די שאלה איז וויאַזוי באַווייזן זיי דאָס? ס’מוז זיין אַז די שרעקליכע חברה וואָס קאָנטראָלירן די גאַנצע וועלט, שיקן אַריין ריזיגע געלטער צו יעדן קאָנגרעסמאַן און לעגיסלאַטאָר און מנהל המוסד, אים אונטערצוקויפן. פון דער אַנדערער זייט האַלטן זיי אויף מערדערישע גרופּעס וועלכע רוימען אָפּ פון וועג די וואָס וואַגן זיך צו רעדן איבער די ריזיגע סומעס שוחד וועלכע פליסן אַריין אין די באַנק קאָנטעס פון מענטשן וואָס האָבן איינפלוס.

און די דאָקטוירים וועלכע דאַרפן באַשיצן די געזונטהייט פון אונזערע קינדער? אָה, די אינשורענס פירמעס באַצאָלן זיי ריזיגע געלטער צו מאַכן אַ שווייג איבער דעם גיפט וואָס זיי לייגן אַריין אין אונזערע קינדער — יאָ, די זעלבע אינשורענס פירמעס וועלכע אַמפּערן זיך מיט די דאָקטוירים, איבער יעדער קריטישער מעדיצין וואָס זיי פאַרשרייבן, פּרובירנדיג צו שפּאָרן אַ דאָלאַר, וואַרפן זיך עפּעס מיט געלט ווען ס’קומט צו וואַקסינס, כדי קראַנק צו מאַכן די מענטשהייט, כדי?… זיך צו קענען שלאָגן מיט די דאָקטוירים ווען יענע וועלן פאַרשרייבן מעדיצינען פאַר די מחלות וואָס קומען פון וואַקסינס?…

זעלבסטפאַרשטענדליך אַז צו פינאַנצירן אַזאַ מאַסיווע קאָנספּיראַציע און אונטערשמירן אַזויפיל צענדליגער מיליאָנען מענטשן אַרום דער וועלט, פעלט זיך אויס הונדערטער ביליאָנען דאָלאַרן. אָבער ס’לוינט זיך יעדע פּעני, ווייל נאָך אַלעם… וואַקסינאַציעס באַטרעפן גאַנצע 1.8 פּראָצענט פון די פאַרדינסטן פון די מעדיצינישע פירמעס…

*

רובם ככולם דאָקטוירים שרייען אַז די וואַקסינס זענען קריטיש. אבער וואָס ווייסן זיי דען די דאָקטוירים? זיי האָבן נאָך אַלעם ‘בלויז’ אַוועקגעגעבן אַ גוטע צוועלף יאָר פון זייערע לעבנס, צוערשט מיט’ן שטודירן מעדיצין, און דאַן אין רעזידענסי טרעינינג — און זיך צוגעקוקט ווי פילע פון זייערע קאָלעגעס פאַלן אַרויס במשך די יאָרן, וויבאַלד זיי זענען דורכגעפאַלן די משונה’דיג-שווערע פאַרהערן וואָס מען מוז דורכגיין אויפ’ן וועג — איידער זיי האָבן ענדליך באַקומען אַ לייסענס צו פּראַקטיצירן מעדיצין אין אַמעריקע, און אפילו יעצט באַצאָלן זיי נאָך אַלץ די חובות פון מעדיצינישער שולע.

לאָמיר ענדערש גלייבן עמיצן וואָס איז געוואָרן אַ מומחה איבער וואַקסינס פון פאַרברענגען פופצן מינוט אויפ’ן אינטערנעט, און פון נאַשן פּערל-רייד פון אַ קאָנספּיראַציע טעאָריקער, וועלכער גלייבט אַז די רעגירונג פלאַנצט איין קליינע טשיפּס אין די קערפּערס פון אירע בירגערס, און… אַז אידן קאָנטראָלירן די גאַנצע וועלט.

*

מיר האָבן גרויס מיטלייד מיט עלטערן פון נישט-געזונטע קינדער, מיר האָבן רחמנות אויף יעדן אידיש קינד וואָס ליידט. אין דעם איז אַריינגערעכנט פּיצלעך קינדער וועלכע גייען אַריבער די שרעקליכע שמערצן און יסורים נאָכ’ן ווערן אויסגעשלאָגן מיט מיזעלס — אַ שווערער וויירוס וואָס פלעגט אומברענגען 2.6 מיליאָן מענטשן אַ יאָר, און האט בלינד און טויב געמאַכט מיליאָנען אַנדערע, איידער ס’איז מיט דער גענאַדע פון אויבערשטן אויפגעקומען אַ וואַקסין דערקעגן. מיר האָבן אויך רחמנות אויף זייערע עלטערן וועלכע דאַרפן זיך צוקוקן אין אַנגסט ווי זייערע עופה’לעך פּייניגן זיך — טייל פון זיי אין שפּיטעלער — וויבאַלד זיי זענען נאָך צו יונג צו באַקומען דעם וואַקסין, און דעריבער נישט באַשיצט קעגן מיזעלס, אָדער וויבאַלד זיי פאַררעכענען זיך צווישן די דריי פּראָצענט מענטשן וועלכע ווערן נישט אימוניזירט, אפילו נאָכ’ן באַקומען ביידע דאָזעס פונעם עם-עם-אַר וואַקסין.

מיר קוקן אַלע אַרויס אויפ’ן טאָג ווען ס’וועט זיין אַ יום שכולו טוב, ווען ס’וועט מקויים ווערן די ברכה פון והסירותי מחלה מקרבך, ווען אַלע חולים וועלן אויסגעהיילט ווערן, און מען וועט נישט דאַרפן צוקומען צו קיין וואַקסינס. אינצווישן וועלן מיר טאָן וואָס דער חיוב פון השתדלות פאָדערט פון אונז און פאָלגן וואס די דאָקטוירים זענען ממליץ.

ורפּא ירפּא — מכאן שניתנה רשות לרופא לרפּא.

איבערן שרייבער

ארי ווייזער

באמערקונגען

  • A1 גוט געזאגט
    עס איז אייביג דא א יוצא מן הכלל אבער בדרך כלל (כמיין רוב ליינער) וואס זענען וואקסינירט זענען געזונט!

  • אייזן!!!
    אויב דו ווילסט נישט וואקסינירן דיינע קינדער האסטו איין ברירה שפאר זיי אלע איין אין דיין הויז און לאז קיינעם נישט אריין דארט, אויב נישט ביזטו א רוצח!! יא גארנישט אנדערש!

    • און וואס איז מיט די אלע דאקטוירים וואס פלעגן נישט נעמען די וואקסין ביז לעצטע יאר, זיי האבן אלע געהרגעט
      טויזענטער מענטשען,הא??!!

  • איך האב יא דורך געטאן די זאך, און ס’איז הוילע נארישקייטן. איך גיי אפילו נישט פארענטפערן די וואס נעמען נישט קיין וואקסינען, ווייל מ’קען מיט דעי חברה נישט רעדן און יעדע ווארט איז איבריג, וואס איך קען נאר זאגן איז דאס. שטייט אוועק פון דעי וואס וואקסענירן נישט זייערע קינדער, זיי זענען א באנדע סעלפיש מענטשן וואס זענען גרייט צו קראנק מאכן אנדערע

    נאכאמאל. ”קיינמאל זאלסטו נישט פראבירן פארשטיין געבן אן אנטי וואקסאנאציע פערזאן, ס’גייט גארנישט העלפן, שטיי אוועק פון עם הינדרעטער מיילן

  • פיינע נייעס לכבוד פורים… סהאט מיר געקאסט א לאך… ער זאגט דאך אזוי גיט.. איך הער זאגן אז די ארטיקעל איז געספאנסערט דורך חזבלה…

  • דא נאך א נקודה פון ווי קומט די קאנספיראציא איבער די וואקסין עפ”י רוב פון מענטשן וואס האבן ל”ע נישט געזונטע קינדער וכו’ אויב זיי וואלטן גהאט באמת אמונה אז די ריבוש”ע פיהרט זיך זיין וועלט אין אסאך זאכן גשען אן קיין ריאליסטישע סיבה נאר וועגן כך גזרה חכמתו נסתרים דרכי ה’ ס’איז פינקטליך אויסגערעכנט לטובה פאד די פאציענט אין זיין משפחה אפי’ מזעהט עס נישט דאן וואלטן זיי אנגענומען די ביטערע מציאות ווי א גזירה געבעטן אז זיי זאלן גהאלפן ווערן, אבער אויב גלייבט מען נישט אינגאנצן אין דעם דאן הייבט מען אן צו טראכטן אין מאכן חשבונות אז דאס איז געשען וועגן וואקסינ’ס וכדו’

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.