אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

מאדנע: ווער האט זיך איינגעבראכן אין די צפון קארעא אמבאסאדע, און פארוואס רעאגירט קיינער נישט?

די שפאנישע פאליציי פארשט א ווילדע אינצידענט וואס איז פארגעקומען אויף די אמבאסאדע פון צפון קארעא אין מאדריד פארלאפענע וואך.

ווי א צפון קארעא קוואל גיבט איבער האבן זיך א כאפטע ווילדע פארשוינען אריינגעבראכן אינעם אמבעסאדע, און גערויבט פון דארט פילע קאמפיוטער’ס און סעלפאונס.

איינע פון די ארבעטערס איז געשעדיגט געווארן דורכאויס דעם אינצידענט, עס זעט אויס ווי זי איז אטאקירט געווארן.

די שפאנישע “אל קאנפינסיאל” מידיע קאנאל איז געווען די ערשטע דאס צו באריכטן, רעדנדיג איבער אן איבערפאל אום פאברואר 22 אויף די אמבעסאדע.

לויט זייער באריכט האבן די אטאקירער אריינגעשטורעמט אין די געביידע, צוגעבינדן די שטאב און זיי פארשטאפט די מיילער.

פאר איין ארבעטארערין איז געלונגען צו אנטלויפן, און זי האט זיך גענומען שרייען, ביז ארומיגע איינוואוינער האבן אלארמירט די פאלציי.

א ווארטזאגער פון די פאליציי האט באשטעטיגט אז זיי האבן געהאלפן די פרוי, אבער נישט געוואלט מער גארנישט קאמענטירן.

באזונדער זאגט די שפאנישע אינערן מיניסטעריום אז זיי פארשן דעם אינצידענט, און צפון קארעא אדער זייער אמבאסאדע האט גארנישט רעאגירט איבער די גאנצע געשיכטע.

די פאליציי איז נישט אריינגעגאנגען אינעווייניג אין די אמבעסאדע, און ממש געציילטע מינוטן בעפאר דעם האבן צוויי קארס פון די אטאקירער פארלאזט דאס ארט.

דערווייל איז אלעס אומקלאר און שטיל, נוסח צפון קארעא.

 

 

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.