פאליטישע נייעס און ארטיקלען

געוועזענער טראמפ אדוואקאט מייקל קאהן רייסט שארף אראפ דעם פרעזידענט אין קאנגרעס

מייקל קאהן, דער געוועזענער אדוואקאט פון פרעזידענט טראמפ, האט היינט אויפגעטרעטן פארנט פון די קאנגרעס קעגן דעם פרעזידענט, וואו ער האט איבערגעגעבן זיין עדות’שאפט, אין וואס ער טענה’ט אז דער פרעזידענט איז א ליגנער, און א ראסיסט.

ער האט געזאגט צווישן אנדערע אז ער האט נישט קיין באווייז אז טראמפ האט טאקע מיטגעארבעט מיט רוסלאנד אין 2016, אבער “איך האב מיר מיינע פארדאכטן”.

קאהן, וואס איז ארעסטירט געווארן פארן זאגן ליגנט אונטער א שבועה פאר קאנגרעס, האט אנגעהויבן זיין עדות’שאפט:

“איך שעם זיך אז איך האב געהאט א האנט אין באהאלטן די אומלעגאלע שריט פון טראמפ און זיך נישט צוגעהערט צו מיין געוויסן. איך שעם זיך ווייל כ’האב געוויסט ווער טראמפ איז, א ראסיסט, ליגנער און שווינדלער. היינט בין איך דא צו דערציילן דעם אמת איבער טראמפ”.

קאהן האט פארציילט אז טראמפ האט זיך אויסגעדרוקט קעגן שווארצע, “די שווארצע וועלן נישט שטימען פאר מיר, ווייל זיי זענען צו גרויסע טיפשים”.

אזוי אויך האט ער דערציילט אז אריבערפארנדיג די ארימע קווארטל אין שיקאגא, האט אים טראמפ געזאגט “נאר שווארצע קענען אזוי לעבן”.

באזונדער האט ער געזאגט אז טראמפ האט אים געהייסן דראען די קאלעדזש וואו ער האט געלערנט אז זיי זאלן נישט ארויסגעבן זיינע צייכענעס ביי די פארהערס דורכאויס זיין קאמפיין.

לויט קאהן האט טראמפ אים געהייסן ליגנט זאגן איבער די פטור וואס ער האט באקומען פון מיליטער ביים וויעטנאם קריג, וויבאלד ער האט געהאט פראבלעמען מיט די פיס.

“כ’וואלט נישט געגאנגען קיין וויעטנאם, מיינסט כ’בין א נאר?” זאגט קאהן אז טראמפ האט אים געזאגט.

אבער אביסל מער ערנסטע זאכן האט קאהן געזאגט, וואס קען שוין ברענגען קאפ ווייטאג פארן פרעזידענט.

ווי קאהן זאגט איז ער געווען אין טראמפ’ס ביורא ווען ראדזשער סטאון זיין פאליטישער ראטגעבער האט אריינגערופן, און געזאגט אז ער האט געהאט א שמועס מיט דזשוליאן אסאנדזש, דער פירער פון וויקעליקס, און איבערגעגעבן אז ביז אפאר טאג וועט זיין גוטע אימעיל’ס קעגן קלינטאן. “ס’וועט זיין וואונדערבאר” האט טראמפ רעאגירט.

לויט אמעריקאנע באאמטע קומען די אימעיל’ס פון קלינטאן ארויסגעגעבן דורך וויקעליקס, פון רוסישע העקער, כדי צו באאיינפלוסן די וואלן.

טראמפ שרייט ביז היינט אז ער האט קיינמאל נישט געוויסט אז מען האט געהעקט די דעמאקראטישע פארטיי קאמפיוטער’ס בשעת וואס ער איז געלאפן.

באזונדער זאגט קאהן אז טראמפ האט געזוכט צו מאכן פארשריט אין די “טראמפ טאוער” אין מאסקווע דורכאויס זיין קאמפיין פאר פרעזידענט.

באזונדער באשולדיגט ער אז טראמפ האט אים געגעבן א טשעקל כדי ער זאל נישט פארציילן געוויסע אומעטישע זאכן וואס ער האט דורכגעפירט.

אין די צייט וואס מייקל קאהן האט ביז איינמאל און נאכאמאל קלארגעשטעלט אז עס איז נישט געווען קיין שום ביזנעס צווישן טראמפ און רוסלאנד, האט ער היינט געהאט פונקט פארקערטע געשיכטעס.

ווי קאהן זאגט האט אין טראמפ קיינמאל נישט “קלאר געהייסן” צו זאגן ליגנט פאר קאנגרעס, אבער ער האט עס געטון “מיט זיין וועג”. ווי קאהן שילדערט האט אים טראמפ אריינגעקוקט אין די אויגן, און געזאגט – “ס’איז נישט דא קיין שום ביזנעס מיט רוסלאנד”.

קאהן האט צוגעלייגט א שטיקל מוסר פארציע צו די רעפובליקאנער אז זיי זאלן נישט באשיצן טראמפ.

“איך האב געטוען וואס איר טוט יעצט, איך האב צען יאר פארטיידיגט טראמפ, מענטשן וואס גייען נאך אים מיט פארמאכטע אויגן – אזויווי איך האב געטוען – וועלן ליידן פון די קאנסעקווענצן”.

זייער אסאך קאנגרעסלייט זענען סקעפטיש צו די אלע געשיכטעס וואס קאהן פארציילט, וויבאלד ער האט שוין איינמאל ליגנט געזאגט פאר קאנגרעס, און נאכן זיין לאנגע יארן גאר נאנט מיט טראמפ האט ער פלוצים געטוישט זייטן גאר שארף און אים פארראטן, דערפאר איז אזא מענטש אין געווענליכע פעלער נישט צופיל באגלייבט.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

באמערקונגען

  • וואס איז מייקל קאהן? (חוץ א כהן) א לויער!
    איך וועל מאכען מייו באמערקונג מיט א ווערטל, אז אין קארט פרעגט דער שופט פונעם אנגעקלאגטען- ווער איז דיין לויער? ענטפערט ער איך האב נישט קיין לויער! פרעגט דער שופט פארוואס? (אויב האסטו נישט קיין געלט וועלן מיר דיר צושטעלן) זאגט דער אנגעקלאגטער: איך דארף נישט קיין לויער ווייל איך פלאן צו זאגען דעם אמת!!!!

    עטס ווילטס גלייבן מייקל קאהן? ווען זאגט נישט א לויער קיין ליגענט, חוץ ווען ער שווייגט?

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.