וואשינגטאן – נעכטן האבן די רעפובליקאנער סענאט פירער געמאלדן, אז זיי האבן דערגרייכט אן ענדגילטיגן אפמאך איבער שטייער רעפארם, געבנדיג א שטארקן פאראויסשטופ פאר’ן פלאן און רוקנדיג זיך נענטער צו א מעגליכער אפשטימונג דערויף קומענדיגע וואך, וואס נאך דער ענדגילטיגער אפשטימונג, וועט פרעזידענט טראמפ עס אונטערשרייבן און ס’וועט ווערן א רעאליטעט.
דער אפמאך, וואס איז נעכטן געמאלדן געווארן, איז אויסגעארבעט געווארן דורך דער ספעציעלער “קאנפערענץ קאמיטע” וואס באשטייט פון סענאטארן און קאנגרעסלייט, אויסצוארבעטן און פארגלייכן די דיפערענצן אין דעם שטייער רעפארם ביל וואס קאנגרעס האט באשטעטיגט, און דער ביל וואס דער סענאט האט באשטעטיגט, און נעכטן האט די קאנפערענץ קאמיטע ענדליך דערגרייכט אן אפמאך.
ווי מען הערט, וועט עס נידערן די שטייער ראטע פאר די רייכסטע אמעריקאנער פארדינער צו 37 פראצענט, פון די יעצטיגע ארום 40 פראצענט. די קארפארעיט שטייער ראטע וועט געשניטן ווערן צו 21 פראצענט, און די ספעציעלע שטייער “דידאקשענס”, וואס מען באקומט נאכ’ן צאלן סטעיט און לאקאלע שטייערן, וועט מען נאר קענען באקומען ביז 10 טויזנט דאלאר.
דאס ווייסע הויז האט שטארק באגריסט די מעלדונג פונעם קאנפערענץ קאמיטע, און פרעזידענט טראמפ האט געלאזט הערן אז ער קוקט ארויס אויף קומענדיגע וואך, ווען דער סענאט וועט נאכאמאל שטימען אויף דער ענדגילטיגער ווערסיע, און דערנאך וועט עס דער פרעזידענט אונטערשרייבן.
קרעדיט: דער איד