נאר פרעה קען חלומ’ן אזא מאדנע זאך אז נאכדעם וואס די מאגערע קוען האבן איינגעשלינגען די פעטע קוען, האט מער גארנישט דערקענט אז ס’איז געווען בכלל דא פעטע קוען. ווי אזוי קען זיין אזא זאך בכלל?
דאס איז דער יצר הרע, ער וויל אריינברענגען א חלום אין א איד אז זיינע עבירות שלינגען איין זיינע מצות, אז אויב ער פאלט דורך מיט עבירות זענען זיינע מצות שוין גארנישט ווערד.
דער אמת איז אבער אז דאס האט גארנישט איינס מיט’ן צווייטן, ווי אזוי א איד זעט נאר אויס, דארף ער כאטש פרובירן אריינצוכאפן ווי מער מצות ער קען יא טון.
לאמיר גיין צינדען חנוכה ליכט!…