דער אומגעווארפענער עגיפטישער פרעזידענט מוכאמאד מורסי איז געשטארבן דורכאויס זיין געריכט סעסיע, לויט א באריכט פון די קעניגליכע נייעס אגענטור אין עגיפטן.
דער 67 יעריגער עגיפטישער מורסי, איז צוזאמענגעפאלן נאכן הערן אז ער ווערט באשולדיגט אין שפיאנאזש קעגן דאס לאנד וואו ער האט געדינט אלס פרעזידענט, און געציילטע מינוטן שפעטער איז ער אנגעקומען אין שפיטאל וואו מ’האט נישט געקענט מער ווי באשטעטיגן אז דער מענטש איז שוין נישט צווישן די לעבעדיגע.
מורסי האט דורכאויס דעם געריכט סעסיע אויסגעזען זייער צובראכן און דערנידערט. די על-דזשעזירא אגענטור האט באריכטעט אז אין זיין געריכט וואס איז פארגעקומען פארלאפענעם מאי 7, האט מורסי געוויינט אז עס הערשט א געפאר אויף זיין לעבן.
מורסי איז א הויכראנגיקער באאמטער אין די מוסלעמענער ברודערשאפט פארטיי, וואס האט געווינען די ערשטע דעמאקראטישע וואלן אין עגיפטן אין יאר 2012 נאכן אומווארפן דעם דיקטאטור כוסאני מובאראק. אבער ער איז נישט געווען צו לאנג אויפן בענקל, אום 2013 האט די מיליטער דורכגעפירט א פוטש און אים אראפגעשליידערט פון בענקל גלייך אין טורמע אריין.
דער אמטירנדער פרעזידענט פאטאח א-סיסי האט אים איבערגענומען, און געעפנט א ווילדע קאמפיין צו אונטערדרוקן די מוסלעמענער ברודערשאפט פארטיי, ווען די געריכט אין קאהיר האט באשטימט טויט שטראף פאר הויכראנגיקע מיטגלידער אין מורסי פארטיי, אין שפיץ פון מורסי זעלבסט.