פון אלץ און אלעמען

קענעדי לופטפעלד וועט דורכגיין אויספארשונג

ניו יארק – שטייענדיג אינמיטן איינע פון די ערגסטע קריזיסן אין היסטאריע פונעם קענעדי לופטפעלד אין ניו יארק סיטי, האבן לאקאלע אויטאריטעטן געמאלדן אז מען וועט אונטערנעמען אן אויספארשונג צו דערגיין וואס עס האט געפירט דערצו.

ריק קאטאן, עקזעקוטיוו דירעקטאר פון דער “פארט אויטאריטי”, האט געזאגט נעכטן אז מען האט אויפגענומען רעי לאהוד, געוועזענער פעדעראלער טראנספארטאציע סעקרעטאר אונטער פרעזידענט אבאמא, אז ער זאל דערגיין וויאזוי די קענעדי לופטפעלד איז געווארן אזוי אנגעשטאלפערט ביים פרובירן זיך צוריקצוכאפן נאך די טויזנטער אפגעשאפענע פלי–רייזעס פונעם שניי–שטורעם פארגאנגענעם דאנערשטאג, אין דער צייט וואס קענעדי לופטפעלד איז געווענליך געווען זייער גוט און גלאטיג ווען עס איז געקומען צו די זאכן.

מען האט נעכטן געהערט אז דער קריזיס איז ווייט פון פאראיבער, און איבער פינף טויזנט רענצלעך וואלגערן זיך נאך ארום אין עטליכע טיילן פונעם לופטפעלד, ווארטנדיג צו ווערן סארטירט און פארטיילט פאר פאסאזשירן.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.