סיאטעל – היינט וועט זיך אין סיאטעל, וואשינגטאן, אפיציעל עפענען פאר’ן ברייטן פובליק, דער “עמעזאן גאו”, אן עמעזאן-אנגעפירטע גראסערי. די גראסערי איז זייער פארגעשריטן, און איר וועט מען מער נישט דארפן שטיין אין לאנגע שורות ביים ווארטן צו רעכענען די פראדוקטן.
דער “עמעזאן גאו” גראסערי וועט ארבעטן אז ווי נאר מ’קומט אריין אינעם גראסערי, וועט מען אקטיוויזירן די “עמעזאן גאו” אפליקאציע אויפ’ן פאון, און דערנאך עס צוריקלייגן אין טאש. די טעכנאלאגיע פון דער אפליקאציע וועט דאן אויפכאפן פון זיך אליינס יעדע איינציגע זאך וואס דער קונד נעמט אראפ פון די פאליצעס און עס צוזאמרעכענען אין א סך הכל. אויב לייגט מען עפעס צוריק אויף דער פאליצע, וועט עס אראפגערעכנט ווערן פונעם סך-הכל. ווען מ’וועט פארטיג זיין מיט’ן איינקויפן, וועט מען גארנישט דארפן טאן, נאר נעמען די זאכן און ארויסשפאצירן. און עטליכע מינוט שפעטער וועט דער סך הכל פון דעם גראסערי ביל אראפגערעכנט ווערן פון דעם קונה’ס עמעזאן אקאונט. די לעצטע יאר צייט איז דער גראסערי געעפנט געווארן בלויז פאר פראבעס, און יעצט ווערט עס אפיציעל געעפנט פאר’ן ברייטן פובליק.