די הימלען אין מזרח אינדעניזיע זענען געפארבט געווארן רויט אין רעזולטאט פון די פילע וואלדפייערן אין געגנט. די איינוואוינער אויפן ארט האבן געזאגט אז די וועטער האט זיי געברענגט האלז און קאפ ווייטאג.
די וואלד פייער אין אינדעניזיע האט חרוב געמאכט זינט פארלאפענען יולי מער ווי 8 מיליאן דונאם. פאריגע וואך איז באריכטעט געווארן אז א מינימום פון 9 מענטשן זענען אומגעקומען, אבער די רעגירונג האלט נישט ביים ארויסגעבן קיין ציפערן.
פארלאפענעם שבת נאכמיטאג האבן מענטשן געזען אז די הימל איז פשוט און פראסט רויט, און מענטשן האבן אנגעהויבן פארפירן אז זיי וואוינען צווישן פייער און רויעך, און עפעס דראסטיש דארף געטוען ווערן אפצושטעלן די פייערן.