טעקסאס – איינוואוינער אין יוסטאן, טעקסאס באקלאגן זיך, אז געפלאנטע גרויסע פראיעקטן אפצושטעלן פארפלייצונגען אין דער שטאט, האט זיך דערווייל נאכנישט אנגעהויבן. די פרישע טענות קומען ווען מען צייכנט אפ פונקט זיבן חדשים זינט דער מאסיווער האריקעין הארווי, ווען טויזנטער הייזער זענען פערמאנענט געשעדיגט געווארן. קאנגרעס האט אין פעברואר באשטעטיגט 15 ביליאן דאלאר פאר פארפלייצונג-שוץ פראיעקטן איבער’ן לאנד, אריינגערעכנט פראיעקטן אויסצוברייטערן רעזערווארן אין יוסטאן, און אויך צו פארגרעסערן שוץ ווענט, אבער רוב פון די פראיעקטן האט מען נאכנישט אנגעהויבן. באזונדערע באריכטן אין די לעצטע טעג, האבן אויפגעדעקט אז די אויסגוסן פון שעדליכע כעמיקאלן אין די באוואוינטע יוסטאנער געגנטער אין די טעג פון האריקעין הארווי, איז געווען פיל ערגער ווי מ’האט ביז יעצט געוואוסט.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
בושות: סעמסאנג סאטעליט פאלט אראפ פון די ספערן צו א...
טעראר שרעק אין שיקאגאו ווען קאר פארט אריין אין א...
25 אומגעקומענע אין העלישע פייער אויף שיף אין...
ארעסטאנט באפרייט פון לעבנסלענגליכע טורמע נאך 36 יאר...
האטעל ארבעטער אין קאליפארניע געכאפט געווארן מיט פלענער...
ארעסטאנט באפרייט צוליב “צו אלט צו מארדן”...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.