אלבאני – קוועלער אינערהאלב דעם ווידערוויילונג קאמפיין פון ניו יארק סטעיט גאווערנאר ענדרו קאומאו דערציילן, אז זיינע געהילפן און פאליטישע סטראטעגיסטן לאכן שטארק אפ פון פרוי סינטיע ניקסאן, וועלכע האט זיך ארויסגעשטעלט אלס ליבעראלע פריימערי קעגנער קעגן קאומאו. די קאומאו סטראטעגיסטן האלטן אז ניקסאן האט נישט די מינדעסטע שאנס צו באקומען העכער די 34 פראצענט וואס קאומאו’ס פריערדיגע ליבעראלע קעגנער, זפייער טיטשאוט, האט באקומען ביי די דעמאקראטישע פריימערי אין יאר 14′. ניקסאן האט אבער אנגעצייגט אז איר קאנדידאטור איז גאר שטארק, אנווייזנדיג אויפ’ן פאקט אז אין די ערשטע 24 שטונדן פון ווען זי האט דערקלערט איר קאנדידאטור פאריגע וואך, האט זי באקומען 2,214 גאר קליינע ביישטייערונגען (200 דאלער און ווייניגער), וואס קאומאו האט אין לויף פון די לעצטע 7 יאר באקומען בלויז 1,369 גאר קליינע ביישטייערונגען.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
בושות: סעמסאנג סאטעליט פאלט אראפ פון די ספערן צו א...
טעראר שרעק אין שיקאגאו ווען קאר פארט אריין אין א...
25 אומגעקומענע אין העלישע פייער אויף שיף אין...
ארעסטאנט באפרייט פון לעבנסלענגליכע טורמע נאך 36 יאר...
האטעל ארבעטער אין קאליפארניע געכאפט געווארן מיט פלענער...
ארעסטאנט באפרייט צוליב “צו אלט צו מארדן”...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.