ארטיקלען און געדאנקען

הינטער די קוליסן: די באדייט פון ערצייגן אן עד – אין מידיא אט”ג

די סעזאן צווישן פורים און פסח זענען גאר פארנומענע צייטן פאר די וואס טוען אין די ליין פון מארקעטינג. עס איז א חודש וואס יעדער מאכט סעילס, מען גייט נאך געלט פאר קמחא דפסחא, און מען דארף מאכן שיינע אדווערטייזמענטס פאר פירמעס וואס זאלן לויפן אין די צייטונגען און מאגאזינען דורכאויס די ימים טובים, ווען קויפן פובליקאציעס איז גאר פאפולער צוליב איר ברייטע אינהאלט, און פילע שעות וואס מען האט צו ליינען במשך די לענגערע יום טוב נאכמיטאגס.

מען טרעפט זיך אן אין די פאפירן מיט פילע סארטן עדס, כלל ישראל מאנגלט נישט מיט שעפערישע טאלאנטן, און מישנדיג די בלעטער קען מען באוואונדערן די כוחות וואס גרעפיקער און מארקעטינג פירמעס לייגן אריין אין די אנאנסן פאר זייערע קאסטומער. נוצנדיג געניאלע געדאנקען און טאקטיקן צו אריינברענגען אין די מוחות פון מענטשן איבער די קאמפאניס.

איינע פון די גרעסטע אידישע פירמעס וואס מאכן מארקעטינג פאר אידישע קאמפאניס, איז ‘מידיא אן די גאו’ באקאנט אלס Media OTG לאקירט אין וויליאמסבורג, און מיט א ריזיגער טאלאנטפולער שטאב פון שעפערישע גרעפיקער און מארקעטינג גאונים שאפט מען הערליכע עדס און קאמפיינס פאר פירמעס.

מיר האבן געבעטן ביי דער ‘קריעטיוו דירעקטאר’ ר’ ברוך סאמיועל הי”ו ער זאל אונז מיטטיילן עטליכע בילדער פון ‘הינטער די קוליסן’ ביים באשאפן אן עד, און ווען מיר האבן באקומען די בילדער האט זיך ארויפגעצויגן א ריזיגער שמייכל אויפן געזיכט.

די רעדע איז פון א אן עד פאר מהדרין וואס מען האט ערצייגט לכבוד פסח, און די געדאנק דערפון איז געווארן פלאנירט נאכן אסאך שפאקולירן וועלכע גאנג צו נעמען. מען האט באשלאסן צו ארויסשטעלן א בילד פון א קוה וואס איז כשר און ארומגענומען מיט זילבער פאפיר און דאס וועט מען נוצן צו מארקעטן די מילכיגע פירמע וואס ערצייגט מילכיגע פראדוקטן אין די סעזאן פון פסח, אז ס’איז למהדרין מן המהדרין.

“מיר זענען געגאנגען אין א 99 סענט געשעפט און אפירגעזוכט א קוה” זאגט אונז ברוך, “מיר אין מידיא אט”ג האבן דאס אליינס באארבעט און ארומגענומען מיט זילבער פאפיר און געכאפט די בילדער אין געשעפט”. אנדערש ווי ביי געווענליכע פעלער וואס מען דארף האבן בילדער ווי מען דאונלאודט גרייטע בילדער פון שאטערסטאק וכדו’. דא מיטן עס אליין אנדייטן דאס מאכט די עד יוניק.

“דאס איז די חילוק און אייגנארטיגקייט צווישן א גרעפיק דעזיינער און א מארקעטינג שטאב” איז אונז מסביר אן אנדערער איינגעשטעלטער, “עס איז נישט ווי מען דרוקט א צעטל און פארטיג, נאר יעדע קאנצעפט גייט דורך א רייע מענטשן, מען פלאנירט, מען שרייבט, מען טראכט, מען שטעלט אוועק א סטראטעגיע, דאן מאכט מען די גרעפיק, ס’איז א גאנצע פראיעקט צו גיין פון פלאנירן ביזן זען דעם צעטל אין א געדרוקטן פאפיר.

די בילדער ווערן צוגעשטעלט פאר די אידישע ווינקל ליינער, און ברענגען ארויס מיט טויזענטער ווערטער די באדייט פון ערצייגן אן עד. כאפט א בליק


דער קריעטיוו דירעקטאר פון מידיא אט”ג, ברוך סעמיועל, ארבעט צו מאכן דעם פלאסטישן קוה למהדרין מן המהדרין.

דער קוה ווערט באדעקט און ארומגעמאנטלט מיט זילבער פאפיר, זיך גרייטנדיג צו די בילדער שיסעריי.

יעדע דעטאל שטימט, מען לייגט די קוה אונטער ליכטיגקייט, גרייט צו כאפן בילדער.

דער קוה וואס איר וועט זען אין די היימישע צייטונגען, מאגאזינען און פובליקאציעס דורכאויס יום טוב פסח.

דער קוה וואס איר וועט זען אין די היימישע צייטונגען, מאגאזינען און פובליקאציעס דורכאויס יום טוב פסח.

מען באארבעט די עד אין די מידיא אט”ג הויפטקווארטיר.

מען באארבעט די עד אין די מידיא אט”ג הויפטקווארטיר.

איבערן שרייבער

ארי ווייזער

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.