לאקאל און נאציאנאל

שווערע טרעוול זומער ערווארטעט

ניו יארק – עקספערטן ווארענען אז ניו יארק סיטי איינוואוינער זאלן זיך גרייטן פאר נאך א זומער מיט גאר ערנסטע טרעוול פראבלעמען ווען עס קומט צום סאבוועי סיסטעם. פאראיאר האט מען געליטן פון ערנסטע פארשפעטיגונגען, איבערגעמאכט סקעדזשולס און געטוישטע באן ליניעס, אלס רעזולטאט פון אן אכט-וואכיגן פראיעקט איבערצופרישן “פען סטעישאן”, און אויב האט מען געהאפט אז היי יאר זומער וועט זיין אנדערש, האט עמטרעק נעכטן געמאלדן אז זי וועט אין די נאנטע וואכן אנהייבן א פארריכטונג פראיעקט ביי עטליכע סטאנציעס. די ארבעט וועט אנגיין ביים “עמפייער טונעל”, “ספייטען דעוויל ברידזש” און “טרעק 19” אינעם “פען סטעישאן”, אפקאסטנדיג 45 מיליאן דאלער, און אפעקטירנדיג טויזנטער רייזנדע.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.