לאקאל און נאציאנאל

סטעיטס שפענדן פאר שולע סעיפטי

אלאבאמא – זינט די שרעקליכע שיסעריי אין די שולע אין פארקלענד, פלארידע, וואו זיבעצן סטודענטן זענען אומגעקומען, האט מען געהערט אז מער און מער סטעיטס האבן אנגעהויבן אויסגעבן פרישע געלטער איינצושטעלן בעסערע זיכערהייט מאסנאמען אין זייערע שולעס. פלארידע האט באקומען אסאך פובליסיטי ביים אריינשטעלן אין קראפט 400 מיליאן דאלער פאר שולע סעיפטי, אבער אויך אנדערע סטעיטס האבן אנגעהויבן אויסגעבן גרויסע סומעס, אריינגערעכנט אלאבאמא 58 מיליאן דאלער, אינדיאנא 5 מיליאן דאלער, מערילאנד 125 מיליאן דאלער און אין ניו דזשערסי באטראכט דער סטעיט לעגיסלאטור דורכצופירן א ביל צו באשטעטיגן פרישע 250 מיליאן דאלער פאר סקול סעיפטי.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.