לאקאל און נאציאנאל

נעווי וויל איבערארבעטן פירערשאפט

ראוד איילאנד – די אמעריקאנער נעווי האט אונטערגענומען א קאמפיין, מיט’ן ציהל איבערצוארבעטן דעם גאנצן סטרוקטור פון די וויכטיגע מיליטערישע אפטיילונג, און צו אנטוויקלען פרישע זעלנער מיט די קאפאציטעטן און פעאיגקייטן צו קענען אנפירן די פארשידענע גרויסע פלאטעס מיט די טויזנטער נעווי זעלנער. דער קאמפיין קומט נאכדעם וואס די נעווי האט געליטן א שווערן יאר אין 17′, מיט צוויי באזונדערע אינצידענטן, אריינגערעכנט דער “יו-עס-עס פיצדזשעראלד” וועלכע האט געקראכט נעבן יאפאן, און דער “יו-עס-עס מעקעין” וועלכע האט געקראכט נעבן סינגאפור, אומברענגענדיג אינאיינעם זיבעצן נעווי זעלנער. אלס טייל פונעם קאמפיין צו אנטוויקלען נייע קאמאנדירן, האט די נעווי אפיציעל געפייערט די עפענונג פון איר “קאלעדזש אוו לידערשיפ און עטיקס” אין ראוד איילענד.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.