לאקאל און נאציאנאל

קריגעריי איבער “יו-עף-או” מאנומענט

מאסעטשוסעטס – מיט עטליכע מאנאטן צוריק האט אמעריקע געשטורעמט מיט קריגערייען, איבער מאנומענטן פאר קאנטראווערסיאלע פיגורן פונעם בירגער קריג, און אצינד קומט פאר אן אנדערע סארט קריג איבער א מאנומענט אין שעפיעלד, מאסעטשוסעטס. אין דעם קליינעם שטעטל עקזיסטירט אן אינטערעסאנטער מאנומענט וואס איז אראפגעשטעלט געווארן אויפ’ן ארט וואו עטליכע איינוואוינער האבן אין יאר 969′ גע’טענה’ט אז זיי האבן געזען מיט די אייגענע אויגן א “יו-עף-או”, דאס באדייט די אומאידענטיפיצירטע פליענדיגע אביעקטן וואס פאנטאזירער רעדן זיך איין אז דאס צייגט אז עס זענען פארהאן מאדנע באשעפענישן אויף אנדערע פלאנעטן. אצינד ווילן די לאקאלע אויטאריטעטן אין שעפיעלד אוועקפירן דעם מאנומענט צו א צווייטן ארט, אבער עטליכע פון די וועלכע האבן אליינס צוגעזען דעם יו-עף-או זענען דערקעגן, און זיי פארשפרעכן א לעגאלן קאמף.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.