אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

עמאניועל מאקרון’ס סיריע “פליפ-פלאפ”

פראנקרייך – דער פראנצויזישער פרעזידענט, עמאניועל מאקרון, האט געמאכט א שטיקל “פליפ-פלאפ” איבער די אנגייענדיגע אינטערנאציאנאלע דראמא ארום סיריע. מאקרון האט געהאט געזאגט זונטאג אין אן אינטערוויו, אז ער האט איבערגעצייגט דעם אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ יא צו פארבלייבן לענגער אין סיריע מיט אמעריקאנער טרופן. למעשה האט דאס ווייסע הויז קאטעגאריש געלייקנט די גאנצע זאך, זאגנדיג אז טראמפ’ס פלאן איז נאך אלץ ארויסצוציען די טרופן וואס שנעלער, טראץ דער כעמישער וואפן אטאקע – און מאקרון איז געווען נעכטן געצוואונגען צוריקצוציען, זאגנדיג אז ער האט קיינמאל נישט געזאגט אז ער האט איבערגעצייגט טראמפ איבער סיריע.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.