אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

עמוירדזשענסי לאנדונג פון ‘סאוטוועסט לופטליניע עראפלאן’ אין פילאדעלפיע

א פליגער פון די ‘סאוטוועסט’ לופטליניע אין ניו יארק האט געמאכט אן עמערזשענסי לאנדונג אין פילאדעלפיע, נאכן זיך ארויסלאזן פון ניו יארק קיין דאללעס-טעקסאס. די פליגער איז געווען געצווינגן צו מאכן אן עמוירדזשענסי לאנדונג ווען די מאטאר פונעם פליגער האט עקספלאדירט 32,000 פיס אין דער הייך, פון וואס א פענסטער האט זיך אין רעזולטאַט אויסגעשאסן דורך די שראפנעל שטיקלעך.

די פליגער איז געווען א באוינג 737 וואס האט געפירט 149 פאסאזשירן. איין פרוי איז אומגעקומען אין דעם אינצידענט, און 7 אנדערע זענען לייכט פארוואונדעט געווארן. אינדערצייט וואס דער פליגער האט אנגעהויבן צו מאכן פראבלעמען האבן זיך די פאסאזשירן אן עצה געגעבן דורך די אקסיגען מאסקעס וואס זענען אראפגעפאלן העכער זייערע קעפ, און האט זיי געגעבן לופט צום אטעמען.


אינטערסאנטע קרישקעלעך איבער די פליגער לאנדונג


~ די נעשאנעל טראנספארטעישאן סעפטי באורד טשעירמאן האט געזאגט פאר די מידיא, אז דאס איז די ערשטע פאל ווי א פאסאזשיר איז אומגעקומען אין אן אינצידענט פון אן אמעריקאנער לופטליניע, זייט 2009.

דער אויסגעשאסענער פענסטער אין רעזולטאַט פון די פליענדיגע שראפנעל.

 

~ א פאסאזשיר וואס האט זיך געפונען אויפן פליגער האט איבערגעגעבן פאר די מידיא, אז זי און די אנדערע פאסאזשירן אויפן פליגער האבן זיך געפונען אין א כאאטישער מצב, וואס ווי מען איז נאר געגאנגען האט מען געזען בלוט פון פארוואונדעטע פאסאזשירן. “מענטשן זענען געלויפן העלפן די פארוואונדעטע פרוי וואס איז שווער געשעדיגט געווארן, אינדערצייט וואס אנדערע פאסאזשירן האבן פראבירט צו פאררעכטן דעם פענסטער און איר צוריקלייגן אין ארט” האט זי דערציילט מיט דראמע.

~ אן אנדערע פאסאזשיר האט דערציילט: “איך האב נאר געטראכט פון מיין פאמיליע און מיינע קינדער ווען איך וועל זיי נאכאמאל קענען זען, און זיי קענען ארויסווייזן די ליבשאפט וואס איך האב צו זיי”

~ די פילאדעלפיע פייער קאמישענער ‘אטאם טיהל’ האט דערציילט אז ווען די פייער דעפארטמענט איז אנגעקומען אויפן סצענע האבן זיי געפונען א ‘ליעק’ אין די מאטאר וואס האט פאראורזאכט א קליינע פייער, אבער איז שנעל געברענגט געווארן אונטער קאנטראל.

~ די פעדעראלע אַוויאַטיאָן דעפארטמענט האט געזאגט אז די פאסאזשירן האבן באריכטעט דעם אינצידענט, נאכדעם וואס מען האט אויסגעפונען אז עס איז דא פראבלעמען מיט די מאטאר, און אויך א חלק פון דעם פליגער, און אז די פענסטער פון איין זיץ האט זיך אויסגעשאסן.

~ די CFM אגענטור, א פירמע וואס פאבריצירט מאטארן, האט אראפגעשיקט ארבייטערס פון די פירמע אויפן סצענע א קורצע צייט נאכדעם וואס דער אינצידענט האט פאסירט, צו גיין אויספארשן וואסערע פראבלעמען עס האט פאראורזאכט אז די מאטאר זאל עקספלאדירן אינמיטן די רייזע.

~ ‘מארטי מארטיניס’ האט זיך געפונען אויף דעם פליגער און האט דערציילט אז ער האט געהאט “וויי פיי” אין דער צייט ווען דער מאטאר פונעם פליגער האט עקספלאדירט, ער דערציילט: “איך האב מיך שוין פארגעשטעלט ווי דאס איז מיינע לעצטע מינוטן, עס האט אויסגעזען ווי אן אייביגקייט צו מיר, האב איך באשלאסן אז איך וויל דאס כאטש פאראייביגן מיטן זיין אויף מיין “פעיסבוק” אפליקאציע “לייוו” און מיט דעם פארענדיגן די לעצטע מינוטן פון מיין לעבן, אבער צום סוף זענען מיר צו אונזער גליק ארויס פון דעם שווערן סיטואַציע, און אפגעקומען בלויז מיט שרעק און דראמע…”

איבערן שרייבער

משה ווייס

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.