וואשינגטאן – די איי-אר-עס וועבסייט, וועלכע איז ספעציעל אהערגעשטעלט צו העלפן מענטשן פיילן זייערע שטייערן דורכ’ן אינטערנעט, האט נעכטן געליטן פון ערנסטע פראבלעמען, פארשווערנדיג פאר טויזנטער וועלכע האבן געוואלט אריינכאפן און אריינגעבן זייערע שטייער דאקומענטן באצייטנס נעכטן ביים דעדליין, און דעריבער האבן די פראבלעמען מיט’ן איי-אר-עס וועבסייט געשאפן גרויס קאפ-ווייטאג. דער איי-אר-עס קאמישאנער דעיוויד קאוטער האט פונקט אויפגעטרעטן ביי א פארהער אין קאנגרעס, וואו ער האט געזאגט אז די אגענטור ארבעט פלייסיג צו פאררעכטן די פראבלעמען – וועלכע האבן ספעציפיש באטראפן די וועלכע האבן געזוכט צו נוצן די אפציע פון באצאלן זייערע שטייערן דורכ’ן אינטערנעט מיט א טשעקינג אקאונט. למעשה האט טרעזשורי סעקרעטאר סטיוו מענוטשין געמאלדן, אז מענטשן וואס האבן געהאט שוועריגקייטן צו פיילן נעכטן צוליב די וועבסייט פראבלעמען, וועלן באקומען א פארלענגערונג.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
בושות: סעמסאנג סאטעליט פאלט אראפ פון די ספערן צו א...
טעראר שרעק אין שיקאגאו ווען קאר פארט אריין אין א...
25 אומגעקומענע אין העלישע פייער אויף שיף אין...
ארעסטאנט באפרייט פון לעבנסלענגליכע טורמע נאך 36 יאר...
האטעל ארבעטער אין קאליפארניע געכאפט געווארן מיט פלענער...
ארעסטאנט באפרייט צוליב “צו אלט צו מארדן”...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.