אלבאני – א נייע אנקעטע צייגט, אז דער ניו יארק סטעיט גאווערנאר, ענדרו קאומא, האלט אן זיין שטארקע אויבערהאנט העכער זיין דעמאקראטישן קעגנער סינטיע ניקסאן, ווען מען פרעגט אויס דעמאקראטישע וויילער. די אנקעטע פון דער סייענע קאלעדזש פירמע צייגט, אז 58 פראצענט דעמאקראטן שטיצן קאומא, קעגן בלויז 27 פראצענט וועלכע שטיצן ניקסאן, אבער שטיצער פון ניקסאן צייגן אן אויפ’ן פאקט, אז מיט א מאנאט צוריק האט די זעלבע אנקעטע געצייגט אז 66 פראצענט שטיצן קאומא און בלויז 19 פראצענט שטיצן ניקסאן, וואס באדייט אז ניקסאן הייבט זיך אן צוביסלעך ארויפצוכאפן אין די אנקעטעס. אין אנדערע אנטוויקלונגען ארום דעם קאומא-ניקסאן פארמעסט, האט קאומא נעכטן פובליצירט זיינע שטייער דאקומענטן, אין דער צייט וואס מען האט נישט געהערט פון ניקסאן גארנישט איבער אירע שטייערן.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
בושות: סעמסאנג סאטעליט פאלט אראפ פון די ספערן צו א...
טעראר שרעק אין שיקאגאו ווען קאר פארט אריין אין א...
25 אומגעקומענע אין העלישע פייער אויף שיף אין...
ארעסטאנט באפרייט פון לעבנסלענגליכע טורמע נאך 36 יאר...
האטעל ארבעטער אין קאליפארניע געכאפט געווארן מיט פלענער...
ארעסטאנט באפרייט צוליב “צו אלט צו מארדן”...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.