ניו יארק – איינער פון די מענטשן וועלכע זענען געווען פון די קרבנות פונעם פאנזי שווינדלער בערני מעידאף, איז געווען געצוואונגען צו פארקויפן זיין היים פאר שפאט ביליג, פשוט צו קענען האבן דאס געלט אנצוגיין. די רעדע איז פון טשארלס מורפי, וועלכע האט פארלוירן ארום פופציג מיליאן דאלער פון מעידאף’ס שווינדל, און טשארלס איז געשטארבן מיט עטליכע יאר צוריק. אצינד הערט מען אז זיין אלמנה האט פארקויפט זייער טייערע 11 טויזנט סקווער פיסיגע היים פאר א גאר ביליגן פרייז. אריגינעל האט טשארלס געהאט געקויפט דאס הויז, אינעם אפער איסט סייד, פאר דער אסטראנאמישער סומע פון 33 מיליאן דאלאר, און מיט צוויי יאר צוריק האט עס די אלמנה ארויסגעשטעלט אויפ’ן מארקעט פאר 49.5 מיליאן דאלער. אצינד האט זי עס פארקויפט פאר קנאפע 28.5 מיליאן דאלאר, און מ’הערט אז דאס איז ווייל די פאמיליע האט אזויפיל פארלוירן פונעם מעידאף שווינדל, אז זיי האבן געמוזט פארקויפן דאס הויז פאר ביליג, צו האבן דאס געלט צו קענען פשוט אנגיין.