פאליטישע נייעס און ארטיקלען

ביל קלינטאן’ס ניו יארק טיימס קאנספיראציע

ניו יארק – אין א נייער בוך וואס ווערט פובליצירט אין די יעצטיגע טעג, געשריבן דורך ניו יארק טיימס רעפארטער עימי טשאזעק איבער פרוי קלינטאן, ווערט דערציילט אז דער געוועזענער פרעזידענט ביל קלינטאן האט פארשפרייט א קאנספיראטיווע באשולדיגונג, אז דאנאלד טראמפ האט שטילערהייט געמאכט א דיעל מיט’ן פובליצירער פונעם ניו יארק טיימס, אז דער טיימס וועט ארויסהעלפן טראמפ צו געווינען די וואלן.

ביל’ס קאנספיראציע האט געברענגט באווייזן פונעם פאקט אז דער טיימס האט זייער שטייף געשריבן איבער פרוי קלינטאן’ס אימעיל מיסברויכן, און אז דער דיעל צווישן דעם טיימס און טראמפ איז געווען, אז זיי וועלן אים העלפן געווינען, און דורכדעם וועט דער טיימס באקומען פיל מער לייענער און סובסקרייבערס, ווייל מענטשן וועלן זיין אינטערעסירט מיטצוהאלטן די נייעס. איין זאך האט ווירקליך טאקע פאסירט, אז דער טיימס האט צובאקומען פיל מער לייענער זינט טראמפ’ס געווינס.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.