ניו יארק. – אין לויף פון די היציגע פרעזידענטליכע פארמעסט איז פארגעקומען א זעלטן-אייגנארטיגע זיצונג, ווען דער רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט דאנעלד טראמפ האט זיך געטראפן מיט א גרופע זשורנאליסטן און שרייבער פון פארשידענע אידישע מידיא אוטלעטן, און טראץ וואס דער זיצונג האט נישט לאנג געדויערט, איז דאס אריבער זייער אינטערעסאנט און מ’האט געהערט פארשידענע אינטערעסאנטע פונקטן.
דער זיצונג איז פארגעקומען אינעם באקאנטן הערליכן “טראמפ טאוער” האטעל, וואו ארום 1:30 האבן זיך אנגעהויבן צוזאמקלייבן די געלאדנטע פון עטליכע טיילן ניו יארק און ניו דזשערסי.
יעדער איז אריבער דעם באשטימטן פראצעדור, דורכ’ן באשטעטיגט ווערן ביי די סיקרעט סערוויס און ביי דאנעלד טראמפ’ס סעקיוריטי אפאראט, און דערנאך איז מען ארויפגעלאזט געווארן צום 25’סטן שטאק, צו די אפיסעס פון טראמפ, וואו מען איז אריבער אונטערזוכונגען און אריינגעלאזט געווארן אינעם גרויסן קאנפערענץ צימער.
עס האבן אנטיילגענומען פארשטייער פון “המודיע“, “דזשואיש אינסיידער“, די ליובאוויטשער “קאל-לייוו“,”פארווערטס“, “קול מבשר“, “ישיבה ווארלד“, “קול העולם“, “מאמענט מאגאזין“, “לוח הציבור” און נאך.
בערך 2:30 איז טראמפ ערשינען אינעם קאנפערענץ רום און האט זיך באדאנקט פאר אלע וועלכע זענען געקומען, זאגנדיג אז ס’איז אים א כבוד אז ער באקומט אזא אייגנארטיגע געלעגנהייט. געעפנט דער זיצונג האט ר’ יוסף געשטעטנער הי”ו, א באקאנטער פובליק רילעישאנס עקספערט וועלכער האט אראנדזשירט דעם גאנצן צוזאמטרעף. ער האט געזאגט אז אידישע זשורנאליסטן און באזונדער חסידישע זשורנאליסטן ווייסן זייער גוט ווי נעגאטיוו די מידיא קען זיין צו אומשולדיגע מענטשן, און אז דאס האט טראמפ אן ענליכקייט צו היימישע אידן…
טראמפ האט דערנאך גערעדט עטליכע קורצע ווערטער, דערמאנענדיג זיין געלונגענע רעדע ביים מדינת ישראל לאבי “עיפאק” קאנווענשאן אין וואשינגטאן עטליכע וואכן צוריק (קאפּיס פון די רעדע זענען געליגן אויסגעשפרייט אויפן קאנפערענץ טישל), און האט אינמיטן געזאגט אז ער וויל זיכער מאכן אז אלע אינעם צימער זענען שטיצער פון מדינת ישראל… ער האט צוגעלייגט אז ער ברענגט א ווארימע גרוס פון זיין אידישן טאכטער, איוואנקא טראמפ.
די פארזאמלטע האבן באקומען א געלעגנהייט צו שטעלן פראגעס פאר טראמפ, און מען האט געפרעגט טראמפ וואס ער זאגט וועגן די מדינת ישראל שטחים “סעטלמענטס” וואו מתנחלים באזעצן זיך. טראמפ האט דאן רעפערירט צו זיין אידישן לויער דזשעיסאן גרינבלאט, און האט דאן געבעטן פון קאמפיין מענעדזשער קאורי לאוואנדאוסקי זאל לאזן רופן גרינבלאט און אויך טראמפ’ס אידישער ראטגעבער דעיוויד קאהן.
גרינבלאט איז דאן אריינגעקומען און געזאגט אז טראמפ’ס פאזיציע איז אז די סעטלמענטס דארפן פארבלייבן, אבער מען דארף אויסארבעטן א גאנג אז ס’זאל נישט קיינעם באליידיגן. מען האט שפעטער געפרעגט טראמפ וויאזוי ער וואלט באצייכנט די סעטלמענטס, צי ער וואלט עס אנגערופן “פאלעסטינע”, “אקופירטע געביטן” אדער עפעס אנדערש. ער האט זיך אנטזאגט צו ענטפערן און גרינבלאט האט געזאגט אז ער וואלט עס נישט אנגערופן “אקופירטע געביטן”, אבער עס איז נאריש צו זיין פארנומען מיט טערמינען און ווערטער.
טראמפ איז אנגעפרעגט געווארן איבער דעם וואס זיין געפלאנטע רייזע קיין מדינת ישראל א צייט צוריק איז געקענסלט געווארן, נאכדעם וואס נתניהו איז געווארן ברוגז אויף אים. טראמפ האט געזאגט אז די באריכטן אז נתניהו האט געקענסלט די רייזע זענען נישט ריכטיג, נאר ער האט עס אליינס געקענסלט, וויבאלד ער איז נישט געווען צעפרידן איבער נעגאטיווע קאמענטארן וואס נתניהו האט געזאגט איבער אים. טראמפ האט דאן צוגעלייגט אז ער וויל אויך קלארשטעלן אז די זיצונג וואס ער האט נעכטן געהאט מיט “פאקס ניוז” רעפארטערקע מעיגען קעלי, איז געווען עפעס וואס קעלי האט געבעטן, און נישט ער.
איינער פון די היימישע זשורנאליסטן ביים קאנפערענץ האבן דאן געפרעגט טראמפ איבער דעם אינטערוויו וואס דער דעמאקראטישער פרעזידענט קאנדידאט בערני סענדערס האט געבעטן פאר’ן “ניו יארק דעילי ניוז” אין וועלכע סענדערס האט זיך שטארק צונאר געלייגט מיט’ן געבן נארישע און לעכערליכע ענטפערס. טראמפ האט געזאגט אז ער גלייכט נישט סענדערס, אבער עס איז שטארק מעגליך אז דער “דעילי ניוז” האט געשריבן ליגנט קעגן סענדערס, זאגנדיג אז די דעילי ניוז איז איינס פון די מערסט-אומפארלעסליכע צייטונגען וואס ער האט נאר אמאל געזען.
איבער יוסטיץ אין אמעריקע האט איין זשורנאליסט געשטעלט די פראגע פאר טראמפ וואס ער גייט טאן צו טוישן דעם פאקט אז לעצטנס איז געווארן “שולדיג ביז’ן ווערן אויפגעוויזן אלס אומשולדיג”, ווען עס דארף עכט זיין “אומשולדיג ביזן ווערן אויפגעוויזן אלס שולדיג”. טראמפ האט געזאגט אז ס’איז טאקע זייער נישט גוט וויאזוי זאכן זענען געווארן אז ווי נאר עס ווערט ארויסגעשטעלט האלבע קלאגעס קעגן איינעם, טוט שוין יעדער בארעדן יענעם.
טראמפ האט זיך געוואנדן צו לאוואנדאוסקי און געזאגט אז די קלאגעס קעגן לאוואנדאוסקי אז ער האט געשלאגן א רעפארטער איז א באווייז אז יוסטיץ איז קארופטירט, ווייל פאקטיש האט לאוואנדאוסקי גארנישט געטאן, ווי די ווידעא צייגט קלאר. טראמפ האט דאן געפרעגט לאוואנדאוסקי צי עס זענען דא עפעס אפדעיטס איבער די קלאגעס, און לאוואנדאוסקי האט דאן איינגעמאלדן פאר טראמפ אז אלע קלאגעס קעגן אים זענען ארויסגעווארפן געווארן – וואס ס’איז געווען מאדנע אז טראמפ האט נאכנישט געוויסט טראץ וואס ס’איז געווען ברייט באריכטעט היינט אינדערפרי אין די מידיא.
אלע אינעם קאנפערענץ צימער האבן אפלאדירט און גראטולירט לאוואנדאוסקי פאר די פאזיטיווע אנטוויקלונג.
א היימישע אינטערעסאנטע מינוט איז געווען ווען עמיצער האט געפרעגט טראמפ איבער די באוואוסטע געשיכטעלע וואס דרייט זיך ארום אז א חסיד’ישער יונגערמאן האט אמאל געהאלפן טראמפ מיט א צעלעכערטן רעדל און טראמפ האט יענעם אויסגעצאלט די מארטגעדזש. טראמפ האט באשטעטיגט אז די מעשה איז הונדערט פראצענט אמת, אבער האט אויסגעדרוקט וואונדער וויאזוי די מעשה איז פארשפרייט געווארן, און ער האט נישט געוואלט עלאבארירן מיט מער דעטאלן.
דערמיט האט זיך געענדיגט דער קאנפערענץ און ס’איז געווען א געלעגנהייט זיך צו שטעלן פאר בילדער מיט טראמפ. עטליכע זענען פארבליבן צו שמועסן מיט טראמפ’ס אידישן ראטגעבער גרינבלאט איבער אידישע אישוס און עטליכע האבן אים געפרעגט צי ער וואלט אנגענומען אן אפיציעלע פאזיציע אין א טראמפ אדמיניסטראציע. ער האט זיך אנטזאגט פון געבן א קלארן ענטפער.
קאמפיין מענעדזשער לאוואנדאוסקי איז פארבליבן און גערעדט צו עטליכע, ענטפערנדיג זייער ווארעם און באדאנקענדיג זיך פאר יעדן פאר’ן קומען און פאר’ן געבן די געלעגנהייט פאר טראמפ זיך צו טרעפן מיט זיי.