ביזנעס און פינאנץ

קריטישע הערות איבער באנק טעותים וואס ס’איז וויכטיג אז יעדער זאל וויסן

– ס’איז נישט קיין קידוש השם ווען א מענטש טוט וואס ער דארף. ווען א שווארצער פארקויפט נישט קיין דראגס און ווען אן איטאליענער הרג’עט נישט איינער וואס איז אים שולדיג געלט, דרייען זיך נישט די שווארצע און איטאליענער ארום סעלעברעיטן ווי גוט און וואויל זיי זענען.

– ווען איינער באקומט פון די באנק געלט וואס ס’קומט זיך אים נישט (מעשים בכל יום) און ער ברענגט עס נישט צוריק צו די באנק איז עס א קריים און מען קען דערפאר ארעסטירט ווערן.

– דאס זעלבע ווען אן ATM מאשין שפייט ארויס מער געלט ווי עס דארף, און א מענטש האלט עס פאר זיך, איז עס גניבה לויט’ן געזעץ און ער קען דערפאר ארעסטירט ווערן.

– ווען א איד טוט וואס ער איז מחוייב צו טאן לויט’ן געזעץ און מענטשן פרייען זיך און סעלעברעיטן עס האט עס נאר דעם פארקערטן עפעקט: מיר האלטן אזוי ווייניג פון זיך, אז ווען איינער גנב’עט ‘נישט’ דארף מען זיך גאר פרייען דערמיט.

– ווען א איד גייט אריין אין באנק און וויל אויפטוישן א טשעק פון 25 דאלאר פאר ניקלס און ער שפאצירט ארויס מיט 2,500 דאלאר קעש, קוקט עס אויס זייער זייער נישט גוט, און ס’איז זיכער נישט ווערט אז מען זאל דאס סעלעברעיטן. אדרבא, ס’קוקט אויס אז ער האט ארויסשפאצירט פון די באנק מיט בייזע כוונות.

– ווען א איד טוט א גוטע זאך און מאכט זיכער עס צו רעקארדירן און פאטאגראפירן פון אלע עקן ווייזט דאס אז זיין איינציגסטער ציל איז אטענשאן און נישט צו טאן א גוטע זאך. ס’קוקט אויס זייער מיאוס צווישן אידן. ווער רעדט נאך צווישן גוים.

– ווען א טעלער האט געמאכט א טעות און מען כאפט בילדער פון איר און מען שיקט דאס ארום אן איר וויסן איז עס א געפערליכע עוולה, מען פארשעמט איר פאר’ן מאכן א טעות.

– די בענק זענען נישט ביליאנערסקע ביזנעסער ווייל זיי לאזן מענטשן אוועקוואקן מיט טויזנטער דאלאר פון די באנק’ס געלט. יעדער טעות ווערט אויסגעפינען, פריער אדער שפעטער. ס’איז קלאר אז די באנק וואלט זייער שנעל אויסגעפינען אז דער איד האט באקומען 2,500 דאלאר פאר א 25 דאלארדיגן טשעק און וואלטן דאס דעדאקטעד פון זיין באנק אקאונט, אזוי אז ס’איז פלעין שכל’דיג נישט ארויסצואוואקן פון א באנק מיט 2,500 דאלאר וואס מען האט באקומען פאר א 25 דאלארדיגן טשעק. אלעס ווערט אריינגעקלאפט אין קאמפיוטער און די באנק ווייסט גענוי פאר וועלכן טשעק ס’איז ארויסגעגאנגען וויפיל געלט.

– דאס זעלבע, ווען אן ATM שפייט געלט און איינער איז גענוג נאריש עס צו נעמען דארף ער וויסן אז די באנק וועט גאנץ שנעל אויסגעפינען וואו זיי האבן פארלוירן דאס געלט און דורך נאכגיין ספעציפישע אקאונטס און טשעקן די סעקיוריטי קאמערעס וועלן זיי אראפטרעקן דעם באטרעפנדן מענטש און אים שוין איינמאל מאכן באצאלן א פרייז.


עטליכע ביישפילן וויאזוי מענטשן זענען ארעסטירט געווארן פאר’ן ניצן געלט וואס די באנק האט זיי געגעבן בטעות.

Man Refuses To Pay Back Money After Banking Error, Gets Arrested – Hartford Courant

~•~

Teen who spent $31G mistakenly deposited into account arrested – NY Daily News

~•~

Arrested Kenner man thought erroneous $7,000 bank deposit was ‘gift from God,’ cops say | NOLA.com

~•~

און נאכאמאל, ס’איז וויכטיג צו וויסן, בענק געפינען זייער שנעל אויס איבער אזעלכע טעותים

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

איין באמערקונג

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.