אין בארא פארק איז פארגעקומען א אויסטערליש רירנדע געשעעניש וואס פאמיליע און פריינט האבן דורכגעפירט אויפצולעבן א טייערע בחור מיטן נאמען “מאיר גרינבערגער” וועלכע איז נעבעך געבוירן געווארן אן אינוואליד און האט גאר א שווערע לעבן.
מאיר וואוינט אין א ספעציעלע אנשטאלט פאר נישט געזונטע מענטשן, עס געפונט זיך אויף 12-טע עוו. אין בארא פארק, 2 גאסן אפגערוקט פון “זלאזיצע” בית המדרש.
זינט די רב און עטליכע מתפללים פון זלאזיצע שול האבן זיך באקאנט געמאכט מיט מאיר, וועלכע זיצט אסאך פארנט פון זיין היים אין א ראד-שטוהל, שיין באגריסנדיג אלע דורכגייער, האבן די מתפללים און קהילה פון זלאזיץ באשלאסן צו מחיה זיין מאיר, און פאר אים דורכפירן א שיינע אוונט.
מען האט צוזאמגערופן א שיינע ציבור פון מאיר’ס גוטע פריינט, און פאמיליע, און איבערראשט מאיר מיטן אים אריינברענגען צו א פול-געפאקטע שול, יעדער פארזאמלט אים צו אויפלעבן.
אויף א שיין-דעקארירטע טיש זענען געווען אויסגעלייגט א הויפן ביכער פון מאיר’ס ווערק, ביכער מיטן נאמען “די צוזאמגענומענע ערשיינונגען דורך מאיר גרינבערגער”, א קאלעקציע פון ארטיקלען און געשריבענע בריוון וואס מאיר האט געשריבן דורכאויס די יארן, דאסמאל שיין ארויסגעגעבן אין א ביכל פארמאט.
אלע האבן געקויפט א ביכל און זענען דורך מאיר צו באקומען א אויטאגראפיע, מאיר האט מיט הילף פון א זיגל אריינגעקריצט זיין נאמען דערין, מען האט געשפירט א ווארעמקייט אין די לופט.
“…מען האט געקענט זען ווי מאיר לעבט אויף,” זאגט איינער פון די אנוועזנדע צו “אידישער ווינקל”, “ער האט געשעפט אינספיראציע, ווי קיינמאל בעפאר.”
עס זענען פארגעקומען רעדעס, און אויך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ, הייבנדיג מאיר’ס געמיט צו א קלימאקס.
“מאיר האט געלאכטן, עס האט אויסגעקוקט ווי עס איז איינע פון די בעסטע מאמענטן אין זיין גאנצע לעבן”… זאגט איינע פון די קרובים וואס האבן געהאלפן אראנדזשירן די אוונט צו אידישער ווינקל, “עס האט זיך אלעס געלוינט…”