פון אלץ און אלעמען

איך שרייב…

איך שרייב צוואות — א סך.

איך שרייב א צוואה א מינוט.
איך באראט זיך מיט סעקונדן,
פרעג זיי וואס אנצוזאגן די מינוטן.
איך דערלאנג מינוט-צוואות,
פארלאנג יעדע מאמענט אנצוזאגן די נעקסטע.

איך שרייב צוואות, ווי געווענליך —
מיט שווארצן טינט אויף שווארצן פאפיר.
איך דערזאג זיי נישט,
דעם תוכן פון אנזאג.
זאלן שורות מיך נישט נודנען,
מיט’ן מיין פון די ווערטער.

איך שרייב צוואות, איינע יעדע מאמענט.
כ’שטארב באלד דערויף אפ,
אין חלל וואס צווישן מאמענט און מאמענט.
כ’ווער פריש געבוירן,
פונעם אומזין וואס שאפט די צייט:
אט יענער גארנישט וואס טראכט אויס בראשית.

איבערן שרייבער

שמואל שטערן

באמערקונגען

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.