אידישע נייעס

אנטיסעמיטישע קאמידיען פון פראנקרייך נישט אריינגעלאזט אין קאנאדע צוליב זיין ראסיזם 

אנטיסעמיט און באקאנטע ראסיסט, קאמידיען פון פראנקרייך מיטן נאמען דעאודיני אימבאללא אימבאללא, האט געלאנדעט דעם דינסטאג אין קאנאדע, אבער איז נישט געווארן אריינגעלאזט אין לאנד צוליב זיין רעקארד פון ראסיזם און אנטיסעמיטיזם.

דעאודיני און זיין היסטאריע

דעאודיני אימבאללא אימבאללא, – באקאנט איבער די וועלט מיטן נאמען “דעאודיני” – וואוינט אין פראנקרייך און איז שוין געווארן אנגעקלאגט פארשידענע מאל, אין לויף פון זיין היסטאריע, פאר זיינע פארלעצונגען מיטן דורכפירן, אנטיסעמיטישע און העסליכע רעדע’ס, ראסיסטישע שפילן, און ביליגע דיסקרימינאציע אקטן קעגן פארשידענע עטנישע גרופעס.

איינס פון די באקאנטע זאכן וואס דעאודיני האט ערפונדן און געלאזט איינפירן איז די פענאמענאן פון זיין “קענאל” סאלוט, וועלכע ער האט איינגעפירט אלס אן אלטערנאטיוו צו די נעא-נאצי סאלוט וואס איז פארבאטן צו דורכפירן אין פראנקרייך. ער האט נישט געוואלט אנערקענען אז די נעא-נאצי סאלוט איז אומלעגאל, און האט געפרעדיגט פאר א לאנגע צייט איבער זיין נייע איינפיר. זיינע נאכפאלגער טוען כסדר ארומשיקן בילדער ווי זיי באזוכן פארנט פון אידישע שולן, געביידעס, און נאך ערטער (אריינגערעכנט די קאנצענטראציע לאגערן ווי אוישוויץ און נאך) און טוען מאכן דעם סאלוט, געוויס זיך רייצנדיג מיט די פארגאסענע בלוט פון די אומגעקומענע קדושים וואס זענען דארט געווארן ערמארדעט הי”ד.

דעאודיני האט א לאנגע רעקארד פון שפעטן אויף די וועלט מלחמה, ער ערשיינט כסדר אנגעטון אין וועש וועלכע זעען אויס ווי קליידער וואס אידן האבן געטראגן אין לאגער, און האט אפילו א ניגון איבער א “פיינעפל” וועלכע איז פול מיט שפאס אויפן חשבון פון די מיליאנען אידן וואס זענען אומגעקומען אין די קריג הי”ד.

די ניו-יארק טיימס האט באריכטעט אין יאר “2014” אז “דעאודיני איז שוין געווארן אנגעקלאגט אזויפיל ווי 38 מאל דורך די פראנצויזישע אויטאריטעטן, פארן פארלעצן די לאנד’ס געזעצן איבער אנטיסעמיטיזם.

דער אנטיסעמיט פון פראנקרייך, “דעאודיני אימבאללא אימבאללא” ביים זיצן אין מאנטרעאלער לופטפעלד נאכדעם וואס מען האט אים פארבאטן אריינצוגיין אין קאנאדע

דעאודיני איז פאפולער אין פראנקרייך און איבער די וועלט, און ער ווערט נאכגעפאלגט דורך מיליאנען מענטשן. (טייל ווילנדיג זען זיינע קאנטראווערסיאלע שטיק, נישט אינדארסירנדיג זיי, אדער האלטנדיג אז ער איז אויסגעהאלטן)

ער ווערט אפציעל גערופן אלס א ראסיסט, און אנטיסעמיט, אבער ער זעלבסט אנטזאגט זיך צו דערקלערן אלס ראסיסט זאגנדיג אז “זיינע נאכפאלגער זענען אים דאנקבאר פארן אנרירן זאכן וועלכע שמעקן נישט פאר די פאליטישע עליטע”.

דעאודיני’ס ערשטע פרואוו צו קומען קיין קאנאדע דורכגעפאלן.

דעאודיני האט שוין געפלאנט צו דורכפירן זיינע שפילן אין מאנטרעאל אין יאר 2012 און זיי זענען געווארן אפגערופן נאך וואס די אנפירער פון די שפיל האבן באקומען א געוואלד מיט דרוק פון מענטשן אין קאנאדע, און אונטערנאציאנאל, און האבן באשלאסן אז זיי ציען זיך ארויס פון מיטארבעטן מיט אים.

דעאודיני קומט קיין קאנאדע צום צוויטן מאל.

דעאודיני און זיין שטאב האבן זיך געגרייט וואכן און מאנאטן פאר זיין צווייטע באזוך אין קוויבעק, און האט באוויזן צו אויספארקויפן אלע טיקעטס צו זיינע “10” געפלאנטע שפילן אין מאנטרעאל, און אין ארומיגע שטעט אין קוויבעק.

אום מאנטיג, האט די פעדעראלע ערציאונג מיניסטער “מעלאניע דזשאולי” געזאגט אז …”זי וואלט נישט געגאנגען צו זיין שוי”, און האט אויסגעדרוקט מיט באהאלטענע רייד אז עס פאסט נישט אז אזא פארשוין זאל באקומען ערלויבעניש אריינצוקומען אין קאנאדע. “עס ליגט אויף די גרעניץ-אויטאריטעטן צו מאכן דעם באשלוס באזירט אויף זיין היסטאריע”, צולייגנדיג אז עס פארשטייט זיך אליינס אז דיסקרימינירנדע קאמענטארן וועלן נישט טאלערירט ווערן.

די קאנסערוואטיווע אימיגראציע מיניסטער האט אויך געזאגט אז דעאודיני זאל ווערן פארבאטן אריינצוקומען אין קאנאדע. זאגנדיג אז “דעאדיני’ס אגענדע גייט קאמפלעט פארקערט ווי די קאנאדישע געזעץ-בוך, לעבנסשטייגער, רעליגיעזע פרייהייט, טאלעראנץ, און פלוראליזם”.

איינס פון די געשעפטן וואס האבן פארקויפט טיקעטס צו זיין שפיל זענען געווארן וואנדאליזירט. א פענסטער אין די “אפריקאנער-ארט-געלערי”, איז געווארן צובראכן אין צוזאמענהאנג מיט דעם שוי, די אייגנטומער פון די געשעפט האבן אויסגעפולט א פאליציי רעפארט, און געזאגט אז דער שפיל גייט ווייטער אן ווי געפלאנט, “דער אינצידענט מיט די פענסטער איז נישט דער ערשטער און נישט דער צווייטער” האט דער אייגנטומער געזאגט.

דעאודיני איז אנגעקומען אין טרודאו לופטפעלד אין מאנטרעאל, דעם דינסטאג, און איז געווארן פארבאטן דורך די קאנאדישע אויטאריטעטן צו ארויסגיין פון לופטפעלד.

סי-טי-ווי נייעס אגענטור ביים מעלדן די נייעס.

ער האט געמוזט צוריקפארן קיין פראנקרייך, און מען האט גראד געקענסלט דעם מיטוואך שוי.

דעאודיני האט דאן געזאגט צו זיינע נאכפאלגער אז דאס איז נאר געווען א “דא-צו-דארט באזוך” (פון קאנאדע צוריק קיין פראנקרייך), און ער וועט פרובירן צו צוריקקומען צו קאנאדע אויף מארגן מיטוואך. (א זאך וואס האט זיך געהערט אוממעגליך צוליב וואס ער זיין פליגער אויף צוריק האט געדארפט צו אנקומען אין פראנקרייך שפעט מיטוואך)

למעשה האט דעאודיני אפגעשטעלט אלע זיינע 10 שפילן, צוליב וואס קאנאדע האט אים קלאר געמאכט אז ער וועט נישט ווערן אריינגעלאזט אין לאנד.
די נייעס האט געצויגן די אינטערעסע פון די אלוועלטליכע פרעסע און האט דאמינירט די העדליינס אין צייטונגען איבער די וועלט

איבערן שרייבער

ארי ווייזער

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.