אין די לעצטערע צייטן זעט מען א געוואלדיגע, און פענאמענאלע אויפוואכונג אין די די פעלער פון מענטשן וואס עס הערט זיי אויף צו פונקציא’נירן’ די נירן, און מען דארף זיי אויפטוישן מיט נייע נירן, וואס דאס דארפן געזונטע מענטשן אוועקשענקען פון זייער אייגענע געזונטע קערפער.
די פאקטן זענען צו יעדעם באקאנט, און עס ווייסט שוין יעדער -בפרט די וועלכע מוזן אנקומען צו וויסן איבער די זאכן- אז עס איז פאראן א ארגענעזאציע וואס הייסט “רינועל”, וועלכע האט זיך געגרונדעט נאר צו ארויסהעלפן אידן וואס זענען פארפלאנטערט מיט נירן פראבלעמען, און זיי האבן באוויזן צו שאפן הונדערטער נירן טרענספלענטס די לעצטערע יארן, אריינגיסנדיג שווערע געלטער צו עדיוקירן דעם חרדישן ציבור מיט די נויטיגע אינפארמאציע איבער שענקען א ניר, און דערמיט דורכברעכן א פארהוילענע טעמע וואס האט געפלאגט גאר אסאך אידן פאר יארן, זיי אפראטעווענדיג זייערע לעבנס.
געווענליך ביי די סארט נירן טרענספלענטס ברויך מען נישט נוצן קיין עמאושנס, אדער צולייגן געפיל, די זאכן שרייען פון זיך אליינס. מענטשן לאזן זיך שניידן פאר אנדערע, און זענען גרייט צו האבן יסורים, צו לינדערן די פיין פון אנדערע.
מיט געציילטע וואכן צוריק האט דער דאונער ר’ אלטר פנחס חיים בן פייגא דישל, דורכשפאצירט א צעטל אויפן וואנט, זיך אפשטעלנדיג עס ליינען, האט ער געזען אז די צעטל פאדערט פון מענטשן מען זאל זיך לאזן אונטערזוכן די בלוט, צו זיי קענען שטימען מיט מענטשן וואס דארפן נירן, (די אונטערזיכונג איז געווארן אנגעפירט דורך רפואה וחסד)
ער האט באשלאסן זיך צו אונטערזוכן. און א צייט אפשניט דערנאך האט ער באקומען א רוף אז ער שטימט מיט דער רעסיפיענט פון קרית יואל הרב חיים מנחם מענדל בן אסתר רחל.
די געשיכטע האט זיך נישט געזוימט, דער נדבן איז אריינגעטאנצן אינעם מצוה מיט אן אייפער, ארויסגעשניטן די ניר פון זיך, און געראטעוועט די לעבן פון א צווייטער וואס האט זיך געוואלגערט פאר יסורים.
נאך די אפעראציע, ווען ביידע האבן זיך אנגעהויבן ערהוילן, איז פארגעקומען די היסטארישע באגעגעניש צווישן די צוויי.
א משפחה מיטגליד וועלכע איז אנוועזנד געווען ביי די גאנצע געשיכטע, און מיטגעהאלטן די צוזאמענטרעף פון די רעסיפיענט, און די דאונער, זאגט צו אידישער ווינקל “עס איז מיר דורך א סקרוך אין די ביינער ווען דער דאונער איז אריינגעקומען צום ערשטן מאל, זיך טרעפנדיג מיט די איד וועם ער האט געראטעוועט. עס איז נישט מעגליך צו אראפגעבן די געפילן”.
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס צווישן זיי, און עס האט געהערשט א געוואלדיגע אטמאספער אין שטוב, אזאנס וואס מען וועט נישט פארשטיין.
שרייבנדיג די שורות, שטייען שוין ביידע אויף די אייגענע פוס. און פרובירן קומען צו די כוחות.
אזעלכע געשיכטעס קומען שוין היינט פאר גאר אפט, און עס איז ערהאבן צוצוזען וואספארא נאבעלע הערצער עס דרייען זיך צווישן עם ישראל, מיט א רצון צו זען אנדערע אידן געזונט און פרייליך.