א מעשה וואס *איך האב אליינס בייגעוואוינט, און געזען די מורא’דיגע השגחה עליונה וואס פירט אלעס מיט א חשבון.
אריינשפאצירנדיג אין בית מדרש מיטוואך ביינאכט, עטליכע טעג פאר פסח, טרעף איך מיין חבר אויפן וועג ארויס מיט עטליכע גרויסע ספרים אין האנט, 2 שלחן ערוך’ס מיט א גמרא, ער גיבט מיר א פרעג אויב ער קען עס אריינלייגן אין מיין קאר?
פרובירנדיג אים אפצוזאגן אז מיין קאר איז נישט קיין ספרים שאנק, און אז געווענליך ווען מען טוט אזא טובה בלייבן די חפצים ביים צייטווייליגער שומר פאר א לאנגע צייט – ער זאל עס מיר בעסער נישט געבן.
קיין רמזים האט נישט געהאלפן און בלית ברירה האב איך אים געטון די טובה… ער איז זיכער אז ער גייט עס נישט פארגעסן – צולייגנדיג “נאך מעריב וועסטו מיר געבן א היטש צו מיין הויז, אזוי וועל איך עס נישט פארגעסן”. (א בחינה ווי שיסן צוויי פייגלעך מיט איין קויל)
אזויווי ער האט מיר נארוואס מבטיח געווען, האב איך אים געהאלפן פלאצירן זיינע ספרים אינעם הינטערשטע זיץ, און זיך געשטעלט דאווענען מעריב.
.
אחד ושמו אחד… האט זיך געהערט די שטימע פונעם בעל תפילה וואס האט מיט דעם געענדיגט די תפילת מעריב אינאיינעם מיט קרוב צו צוויי מנינים מתפללים.
איך זיך אפיר מיין חבר און איך פרוביר אים צו אונטעראיילן זאגנדיג אז איך יאג זיך אביסל, אויב כ’האב זיך איינגערעדט אז דאס וועט אפשר העלפן, זאגט ער מיר “דיין בני בית וועט זיכער אויסווארטן די פאר מינוט, ס’וועט גארנישט פאסירן!”
ענדליך איך זע מיך שוין זיצן אין מיין אויטא, און דער אידל וויל נאר מאכן א סטאפ דא און נאר זען די שילד, מיט יענע שילד, און זארגט זיך פאר מיך צו צוריק שרייבן פאר מיינע אימעילס און טעקסט וכו’, וכו’.
און דאס האט נישט צוריקגעהאלטן אז א פריינטליכער שמועס זאל זיך פארמירן אויפ’ן וועג, און אנקומענדיג צום הויז פון מיין חבר האט ער זיך שוין זייער געיאגט און נאך פאר ער האט געהאט א מינוט זיך צו דערמאנען אז ער האט דא אין קאר עטליכע ספרים, איז ער שוין געווען ביי זיך אין שטוב.
איך בין אויך געווען פארטיפט אין מיינע געדאנקען אז איך האב פשוט פארגעסן דערפון, און אזוי פאר איך זיך ווייטער מיין וועג אהיים.
איך פארקיר די קאר אין פארנט פון מיין הויז, און ווען איך עפן די טיר ארויסצונעמען אפאר וויכטיגע חפצים, זעה איך אז איך בין גערעכט געווען און די ספרים ליגן ביי מיר..
די טעלעפאון הייבט ער שוין נישט אויף, נו וועט ער עס שוין אפנעמען מארגן.
די קומענדיגע טאג האב איך אים יעדע שעה געשיקט א מעסידזש און געבעטן “ביטע קום שוין נעמען דיינע ספרים, איך קען עס נישט האלטן פאר דיר”.
קוקט גאר אויס אז זיין טעלעפון סערוויס איז אפגעלאפן און ממילא ענטפערט ער נישט.
די טאג איז פארביי געלאפן און די זייגער ווייזט שוין א פערטל צו זעקס, איך האב פארלאזט מיין ארבעטס פלאץ וואונטשנדיג א גוטן אוונט פאר מיינע מיטארבייטער, זיך אריינגעזעצט אין קאר גרייטנדיג זיך צו אהיים פארן און גרייטנדיג צו זיך שלאגן אין די געפערליכע מלחמת הפארקינג וואס די סיטי פארמאגט.
צו מיין גוט מזל האב איך גאר שנעל געפונען א ליידיג ארט, און כמנהג האבן עטליכע קארן הינטער מיך נישט געזוימט צו לאזן הערן זייער פייפער בשעת איך פראביר נישט צו גלעטן אנדערע קארן און אריינרוקן מיין מאשינקע ס’מערסטע מעגליך צום סיידוואלק.
איך גרייט מיר צו פארלאזן מיין פארענדיגע מאשינקע וואס פירט מיר ארום א גאנצע טאג – צום ווידערזעהן מארגן, איך נעם מיינע זאכן און איך געב א קוועטש אויפ’ן ‘סטארט קנעפל’ וואוסענדיג (לייען: מיינענדיג) אז די קאר איז פארלאשן… אבער זיך נישט פארשטעלנדיג אז איך לאז דא דעם קאר מיט א מעגליכקייט פאר סיי ווער זיך אריינצוזעצן און אפציען דערמיט.
גאנצע פיר שעה פארלאפן, בערך 11:00 ביינאכט באקום איך א טעלעפאון רוף פון מיין חבר, איך שפרינג צו צום טעלעפון אפאטעמענדיג אז ענדליך נאר אזויפיל רופן, קלינגט ער מיך, און כ’וועל אים קענען זאגן ווי זיין פקדון ליגט, צו עס קענען אפנעמען.
אנשטאט פרעגן ווי איך בין פארקירט, זאגט ער מיר וואו, און ער הייסט מיר אהינלויפן ווייל די קאר איז אויפגעשפארט און עס איז אנגעצינדן.
פרובירנדיג אים צו אויפווייזן אז איך האב קלאר אויסגעלאשן דעם קאר דורכ’ן דרוקן דעם קנעפל, און ער מאכט סתם שפאס פון מיר.
אבער ניין, מיט אן ערנסקייט דערציילט ער אז א פארבייגייער האט געזעהן א קאר אנגעצינדן, האט ער געעפענט דעם טיר צו זעהן אויב עס איז דא עפעס אינפארמאציע – עס איז דאך אידיש געלט וואס איז אויסגעשטעלט צו ווערן געגזל’ט יעדע מינוט, און די איינציגסטע זאך וואס האט זיך געפונען דערין איז געווען די ספרים וואס מיין חבר האט איבערגעלאזט, און עס האט פארמאגט זיין נאמען און טעל נומבער…
איך בין שנעל אהינגעלאפן און עס פארלאשן, און הערשט איצט האב איך פארשטאנען פארוואס מיין חבר האט פארגעסן ארויסצונעמען נעכטן נאך מעריב זיינע ספרים, און עס נישט געקומען אפנעמען דורכ’ן טאג… און נאכאמאל געזעהן אז יעדע זאך וואס פאסירט – אפילו קליינע פעלער, אלעס האט א חשבון און אלעס איז לטובה.
*אריינגעשיקט צו אידישער ווינקל דורך א ליינער