אטלאנטא – די דורכשניטליכע פרייז פון געהעריגע גאזאלין, איז געשטיגן מיט 9 צענט אין די לעצטע צוויי וואכן, און עס האלט יעצט ביי ארום 2 דאלאר און 83 צענט פער גאלאן. אינדוסטריע אנאליסטן זאגן אז דער שפרינג אין די פרייזן איז א רעזולטאט פון די געהעכערטע קאסטן פון קרוד אויל, און עס ווערט אנגעצייגט אז דער דורכשניטליכער פרייז פון א גאלאן גאזאלין, איז יעצט מיט גאנצע 37 צענט העכער ווי עס איז געווען פאראיאר אין דער זעלבער צייט. די טייערסטע גאזאלין איז יעצט אין סאן פראנציסקא, וואו א גאלאן קאסט 3 דאלאר און 68 צענט, און די ביליגסטע איז אין בעיטאן רוזש, לואיזיאנא, וואו עס קאסט יעצט 2 דאלאר און 45 צענט. עס קומט אין א צייט וואס פרעזידענט טראמפ האט אראפגעריסן די אויל-פראדוצירנדע “אפעק” לענדער פאר’ן מאניפולירן די אויל פרייזן אז ס’זאל בלייבן הויך, טראץ וואס ס’איז דא א געוואלד מיט פראדוצירטע גרייטע אויל.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
אייקיע וועט עפענען 30 נייע געשעפטן אין די קומענדיגע...
וויין באטל פארקויפט זיך פאר א רעקארד סומע פון 558,000
צענטראלע באנק אין ארגענטינע העכערט ריבית צו 60 פראצענט
קויפט א קאנדא און קריגט א יאכט
וואל סטריט וואקלט זיך שטארק
ביזנעסער בלאקירן גאן אינדוסטריע
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.