ניו יארק – דער מצב פאר’ן ניו יארק קאנגרעסמאן דען דאנאווען זעט אויס זייער נישט גוט, נאכדעם וואס א פרישע אנקעטע צייגט אז דער קאנדידאט מייקל גרים שטייט פיל העכער ווי אים, אין בעפארברייטונג צו די רעפובליקאנער פריימערי. מייקל גרים האט געדינט אלס קאנגרעסמאן פונעם עלפטן דיסטריקט אין ניו יארק, וואס נעמט אריין סטעטן איילענד און טייל פון דרום ברוקלין, אבער אין יאר 15′ האט ער רעזיגנירט נאכ’ן ווערן אנגעקלאגט מיט’ן זיך ארויסדרייען פון צאלן שטייערן, און דאן האט דאנאווען געוואונען א ספעציעלן פארמעסט אנצופילן דעם ליידיגן זיץ. אצינד האט גרים גענומען דעם געוואגטן שריט צו לויפן פאר זיין אלטן זיץ און אנידערזעצן דאנאווען, און די פרישע אנקעטע פון די “די-סי-סי-סי” (דעמאקראטישע קאנגרעס קאמפיין קאמיטע) צייגט אז 49 פראצענט רעפובליקאנער שטיצן גרים, און נאר 39 פראצענט שטיצן דאנאווען. די דעמאקראטן האפן צו געווינען דעם זיץ, און זיי וועלן אפהאלטן זייער פריימערי אום יוני 26, אינאיינעם מיט די רעפובליקאנער פריימערי.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
הרב הגאון ר’ שמואל קאמינעצקי שליט”א: שטימט...
ביידען האט אויפגעטריבן מער געלט אין סעפּטעמבער
דזשאו ביידען האט אפציעל אנאנסירט זיין קאנדידאטור פאר...
סעודי אראביע האט געהעקט די פריוואטע פאון פון דזשעף...
באריכט געבט אן: רוסלאנד האט געשיקט 2 עראפלאנען מיט 100...
מוללער אויספארשונג פארטיג – קיין באווייז אויף...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.