פאליטישע נייעס און ארטיקלען

פאמפעיא געווינט אין סענאט קאמיטע

וואשינגטאן – טראץ וואס מען האט געהאט דערווארט, אז מייק פאמפעיא וועט זיין דער ערשטער סעקרעטערי אוו סטעיט נאמינירטער נישט צו באקומען קיין באשטעטיגונג פונעם סענאט אויסערן אנגעלעגנהייטן קאמיטע זינט יאר 925′, האט אבער פאמפעיא למעשה יא באקומען די באשטעטיגונג. דער סענאט קאמיטע האט נעכטן געשטימט אויף פאמפעיא’ס נאמינאציע, און א מערהייט האט עס באשטעטיגט, וואס איז געקומען א דאנק דעם וואס טראמפ האט געלייגט דרוק אויף סענאטאר רענד פאול, וועלכער האט זיך געטוישט און געשטימט פאר פאמפעיא. סענאט פירער מעקאנעל זאגט אז דער סענאט וועט נאך היינטיגע וואך שטימען ענדגילטיג אויף דער נאמינאציע, און פאמפעיא וועט שוין קענען אנטיילנעמען ביים נאטא סאמיט פרייטאג אלס נייער סעקרעטערי אוו סטעיט.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.