שיקאגא – א נייע שטודיע, וועלכע איז פובליצירט געווארן אין די “פראנטעירס אוו סייקייעטרי”, האט אויפגעדעקט א מעגליכע פארבינדונג צווישן פשוט’ע אלערגיעס און גייסטישע געזונטהייט פראבלעמען. דאקטער ניאן טעזענג, וועלכער האט אנגעפירט די שטודיע, זאגט אז ער האט באמערקט פון זיינע יארן באהאנדלען הונדערטער פאציענטן, אז אזעלכע וואס האבן געליטן פון פארשידענע אלערגיעס און קראצענישן, האבן אויך געליטן פון פארשידענע גייסטישע פראבלעמען, הגם מ’רעדט פון אזעלכע סארטן וואס זענען זייער פארשפרייט און קענען באהאנדלט ווערן מיט טעראפי און מעדיצין. טעזענג האט באשלאסן דורכצופירן א שטודיע, און איז טאקע דערגאנגען אז אזעלכע וואס האבן אלס קינד געליטן פון עקזימא, אסטמא אדער העי-פיבער, האבן שפעטער געהאט א גרעסערן שאנס צו אנטוויקלען א גייסטישן פראבלעם.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
איינמאל פאר אלעמאל: וואס הייסט חילול השם?
די גרעסטע פליגער הייבט זיך דאס ערשטער מאל
א’ תזריע ע”ט – פארוואס שרייסטו...
עקסידענט מיט טראק וואס דעליווערט ביר,
האדמו”ר ממונקאטש שליט”א ביים ציון פון דער...
גרויס איז קליין און קליין איז גרויס, הר”ר אברהם...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.