סינגאפור – די “סינגאפור עירליינס” לופטליניע האט געמאלדן, אז אין די קומענדיגע מאנאטן וועלן זיי אנהייבן צושטעלן דירעקטע פלי רייזעס פון סינגאפור קיין ניו יארק, אן זיך אפשטעל אינמיטן, וואס באדייט אז דער פליגער און די פאסאזשירן וועלן זיין כמעט גאנצע צוואנציג שטונדן אין דער לופטן, וואס וועט אפיציעל זיין די לענגסטע רייזע אקטיוו פאר פאסאזשיר פליגערס. די לופטליניע האט שוין געהאט די סארט פלי רייזעס, אבער האט עס אפגעשאפן אין יאר 13′, וויבאלד זי האט גענוצט פליגערס וועלכע האבן פארנוצט צופיל גאזאלין און ס’האט געקאסט זייער אסאך געלט. אצינד וועט די לופטליניע ווידעראמאל אנהייבן די רייזעס, נוצנדיג די נייע “עי-340-500” פליגער פון עירבאס, וועלכע קען פליען גאר לאנגע שטרעקעס אויפאמאל און פארנוצט ווייניג גאזאלין.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
איינמאל פאר אלעמאל: וואס הייסט חילול השם?
די גרעסטע פליגער הייבט זיך דאס ערשטער מאל
א’ תזריע ע”ט – פארוואס שרייסטו...
עקסידענט מיט טראק וואס דעליווערט ביר,
האדמו”ר ממונקאטש שליט”א ביים ציון פון דער...
גרויס איז קליין און קליין איז גרויס, הר”ר אברהם...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.