סאודי אראביע – די אמעריקאנער רעגירונג האט ארויסגעגעבן א ביטע צו אנדערע לענדער, אז זיי זאלן אינאיינעם ארויסשטעלן סאנקציעס אויף איראן. די ביטע איז געקומען דורך דעם נייעם סעקרעטערי אוו סטעיט, מייק פאמפעיא, בשעת ער האט באזוכט אין סאודי אראביע.
פאמפעיא האט אנגעצייגט אויפ’ן פאקט אז סאודי אראביע ווערט נאכאנאנד אטאקירט מיט איראנער פאבריצירטע מיסילס דורך תימנ’ער רעבעלן, און דאס צייגט דעם געפאר וואס איראן׳ס באליסטישער מיסיל פראגראם שטעלט פאר דער וועלט. מען האט אויך געהערט פון פאמפעיא קריטיק אין ריכטונג פון רוסלאנד, ווען ער האט פארגעהאלטן טערקיי’ס נאטא רעפרעזענטאט אין בריסל, איבער דעם וואס טערקיי קויפט פון רוסלאנד דעם “עס-300” מיסיל שוץ סיסטעם.