בעיזשינג – די צוויי וועלט’ס לענדער אינדיע און כינע, האבן פארמאל שלום געמאכט צווישן זיך, בשעת דער אינדיער פרעמיער מיניסטער, ניראנדרא מאדי, האט אפגעשטאט א באזוך אין כינע, וואו ער האט זיך געטראפן פאר געשפרעכן מיט’ן כינעזער פרעזידענט, שי דזשינפינג. א הויכפונקט ביי די געשפרעכן איז געווען די מיליטערישע רייבענישן וואס האבן געהערשט מיט עטליכע מאנאטן צוריק, ביי א בערגיקן ראיאן אין די הימאלייען, וואו ביידע לענדער קריגן זיך ארום פאר וועמען עס באלאנגט.
מאדי און דזשינפינג האבן מסכים געווען אז זיי וועלן נידערן די אנגעצויגנקייט ארום יענע טעריטאריע, און אויך וועלן אינדיע און כינע ארבעטן אינאיינעם אויף פרישע אינוועסטמענטס. מאדי האט אויך געלאדנט דזשינפינג פאר א סאמיט אין אינדיע, וואס ווערט יעצט געפלאנט.