מישיגען – די סטעיט אויטאריטעטן אין מישיגען, האבן נעכטן צוריקגעגעבן פולקאמע פינאנציעלע קאנטראל פון דער שטאט דעטרויט, פאר’ן ארטיגן מעיאר און סיטי קאונסיל, בלויז דריי יאר נאכדעם וואס דעטרויט האט באוויזן ארויסצוקריכן פון דער סאמע גרעסטער מוניציפאלער באנקראט-דעקלעראציע אין אמעריקאנער היסטאריע. דעטרויט האט געהאט בערך צוועלף ביליאן דאלאר חובות, און האט זיך דערקלערט באנקראט אלס רעזולטאט פון איר צעפאלענער עקאנאמיע נאכ’ן 08′ קראך. אין יאר 13′ האט מישיגען גאווערנאר ריק סניידער אריינגעשטעלט די סיטי אונטער קאנטראל פון דער סטעיט. דעטרויט האט באוויזן ארויסצוקריכן פון באנקראט ענדע יאר 14′, און אצינד פארמאגט זי שוין א 36 מיליאן דאלארדיגן בודזשעט סורפלוס, וואס דעריבער האבן די מישיגען סטעיט באאמטע איינגעזען אז ס’איז צייט צוריקצוגעבן קאנטראל פון דער שטאט פאר די לאקאלע באאמטע.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
בושות: סעמסאנג סאטעליט פאלט אראפ פון די ספערן צו א...
טעראר שרעק אין שיקאגאו ווען קאר פארט אריין אין א...
25 אומגעקומענע אין העלישע פייער אויף שיף אין...
ארעסטאנט באפרייט פון לעבנסלענגליכע טורמע נאך 36 יאר...
האטעל ארבעטער אין קאליפארניע געכאפט געווארן מיט פלענער...
ארעסטאנט באפרייט צוליב “צו אלט צו מארדן”...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.