וואשינגטאן – דער סופרים קאורט האט נעכטן דערלאנגט א פרישן דורכפאל פאר א פארגעשלאגענעם גאז פייפליין פון פענסילוועניע קיין ניו יארק, ארויסווארפנדיג א פארלאנג פון דער “קאנסטיטוציע פייפליין” פירמע, וועלכע האט געוואלט אז דער סופרים קאורט זאל צווינגען ניו יארק סטעיט צו באשטעטיגן דעם פייפליין. כדי צו קענען בויען דעם פייפליין מוז די פירמע ערשט באקומען א וואסער פערמיט, און דערווייל האט די ניו יארק סטעיט רעגירונג, אונטער’ן ליבעראלן גאווערנאר ענדרו קאומא, זיך אנטזאגט צו שענקען דעם וואסער פערמיט, וועלנדיג דורכדעם בלאקירן דעם פייפליין פון ווערן געבויעט. א פעדעראלע אפעלאט געריכט האט שוין געאורטיילט פאראיאר אז די פירמע קען נישט צווינגען די סטעיט צו שענקען א וואסער פערמיט, און יעצט האט דער העכסטער סופרים קאורט ווידערהאלט דעם אורטייל פונעם אפעלאט געריכט.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
בושות: סעמסאנג סאטעליט פאלט אראפ פון די ספערן צו א...
טעראר שרעק אין שיקאגאו ווען קאר פארט אריין אין א...
25 אומגעקומענע אין העלישע פייער אויף שיף אין...
ארעסטאנט באפרייט פון לעבנסלענגליכע טורמע נאך 36 יאר...
האטעל ארבעטער אין קאליפארניע געכאפט געווארן מיט פלענער...
ארעסטאנט באפרייט צוליב “צו אלט צו מארדן”...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.