לאקאל און נאציאנאל

2 סטעיט סענאטארן איינגעשוואוירן

אלבאני – דער ניו יארק סטעיט סענאט האט נעכטן באקומען צוויי נייע מיטגלידער, ווען די דעמאקראטישע שעלי מעיער פון וועסטשעסטער קאונטי און דער דעמאקראט לואיס סעפולוועדא פון דער בראנקס, זענען ביידע איינגעשוואוירן געווארן צו זייערע פאזיציעס, נאכדעם וואס זיי האבן ביידע געוואונען די ספעציעלע פארמעסטן וועלכע זענען פאריגע וואך פארגעקומען. די איינשווערונג פון מעיער און סעפולוועדא גיט אן אפיציעלע אויבערהאנט פאר די דעמאקראטן אינעם סטעיט סענאט, וועלכע באשטייט פון 63 זיצן, אבער די רעפובליקאנער האבן ווייטער די מאכט דארטן, צוליב וואס דער דעמאקראטישער סטעיט סענאטאר ר’ שמחה פעלדער איז ווייטער פארבליבן ביי זיין פאזיציע, צושטעלנדיג זיך צו די רעפובליקאנער.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.