סאקראמענטא – פרישע ציפערן פון דער פעדעראלער רעגירונג צייגן, אז קאליפארניע’ס עקאנאמיע איז איבערגעשטיגן די גאנצע עקאנאמיע פון ענגלאנד, און איז אצינד די פינפט-גרעסטע עקאנאמיע אין דער וועלט. קאליפארניע’ס “דזשי-די-פי”, דאס הייסט וויפיל פראדוקטן און סערוויסעס עס איז ארויסגעגעבן געווארן – איז געשטיגן מיט 127 ביליאן דאלאר פון יאר 16′ ביז 17′, און בסך הכל האלט עס שוין יעצט ביי 2.7 טריליאן דאלאר – און אין דער זעלבער צייט איז ענגלאנד’ס עקאנאמיע געפאלן, ערלויבנדיג קאליפארניע זיך ארויפצוכאפן צום נומער פינף פאזיציע. עקספערטן זאגן אז די סיבה פארוואס קאליפארניע’ס עקאנאמיע איז אזוי מאסיוו, איז ערשטנס צוליב’ן פאקט וואס זיי האבן נאענט צו פערציג מיליאן איינוואוינער, און צווייטנס צוליב די גאר רייכע טעכנאלאגיע אינדוסטריע אין קאליפארניע’ס “סיליקאן וואלי”.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
בושות: סעמסאנג סאטעליט פאלט אראפ פון די ספערן צו א...
טעראר שרעק אין שיקאגאו ווען קאר פארט אריין אין א...
25 אומגעקומענע אין העלישע פייער אויף שיף אין...
ארעסטאנט באפרייט פון לעבנסלענגליכע טורמע נאך 36 יאר...
האטעל ארבעטער אין קאליפארניע געכאפט געווארן מיט פלענער...
ארעסטאנט באפרייט צוליב “צו אלט צו מארדן”...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.