לאקאל און נאציאנאל

סעקיוריטי ראבאט אין לאגווארדיע לופטפעלד

ניו יארק – רייזנדע אין לאגווארדיע לופטפעלד’ס “טערמינאל בי”, וועלן אין די קומענדיגע מאנאטן זיך באגעגענען מיט אן אינטערעסאנטן נייעם ראבאט, וועלכע ווערט גענוצט ארויסצוהעלפן מיט זיכערהייט מאסנאמען און צו אנאליזירן פאסאזשירן פלייץ אינעם לופטפעלד. דער ראבאט איז באקאנט אלס “נייטסקאופ קעי-5”, און געפינט זיך שוין אינעם טערמינאל עטליכע וואכן, אבער די לופטפעלד באאמטע זאגן אז פון יעצט און ווייטער וועט מען עס זען מער פראמינענט. דער ראבאט איז אויסגעשטאט מיט פיר קאמערעס, עטליכע מיקראפאנען און גאר האקעלע און פארגעשריטענע סענסארס, וועלכע קענען גענוצט ווערן פאר פילע פונקציעס. עס קאסט בערך 8 טויזנט דאלאר א מאנאט פאר לאגווארדיע לופטפעלד צו דינגען דעם ראבאט.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.