ניו יארק – די צוויי ביליאנערן עלאן מאסק (גרינדער פון טעסלא, ספעיס-עקס און נאך) און ווארען באפעט (אינוועסטירער און פינאנציר פון “בערקשייער העטעוועי”), האבן זיך אין די לעצטערע טעג אריינגעלאזט אין א געפעכט איבער זייערע אינוועסטמענט סטראטעגיעס, ווען מאסק האט אנגעהויבן קריטיקירן באפעט, אז זיין סטראטעגיע פון אינוועסטמענט, איז בלויז אפצוקויפן ביזנעסער וועלכע האבן א מאנאפאל אויף א געוויסן מארקעט, אין דער צייט וואס ער לאזט זיך אריין אין נייע בייפעלער און זוכט צו רעוואלוציאניזירן די וועלט מיט טעכנאלאגישע ערפינדונגען. איינס פון באפעט’ס מערסט-באקאנטע אינוועסטמענטס, איז די “סי’ס קענדיס” געשעפטן נעץ, וואס ער פארמאגט שוין פערציג יאר, און יעצט האט מאסק געמאלדן אז ער גייט אויך אנהייבן פארקויפן קענדיס, אין א דירעקטן מעסעדזש קעגן באפעט.