וואשינגטאן – היימלאנד זיכערהייט סעקרעטאר, קירסטען ניעלסאן, שפירט זיך מער און מער אויסגעשלאסן פון דער טראמפ אדמיניסטראציע, ווען הויכראנגיקע טראמפ ראטגעבער רייסן איר עפנטליך אראפ אלס אן אנטי-טראמפ רעפובליקאנער – לויט א באריכט אין “פאליטיקא”. דער באריכט קומט עטליכע טעג נאכדעם וואס מ’האט געהערט אז ניעלסאן האט פאריגן מיטוואך געוואלט רעזיגנירן פון איר אמט. ניעלסאן האט שוין געהאט אפגעשריבן א רעזיגנאציע בריוו, נאכדעם וואס טראמפ האט איר זייער שארף אראפגעריסן ביי א קאבינעט זיצונג אין ווייסן הויז, באשולדיגנדיג אז זי טוט נישט גענוג צו באשיצן די גרעניץ פון שמוגלערייען. ניעלסאן האט למעשה באשלאסן נישט אריינצוגעבן די רעזיגנאציע בריוו פאר טראמפ, אבער פילע זאגן אז אירע טעג זענען מעגליך געציילטע.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
הרב הגאון ר’ שמואל קאמינעצקי שליט”א: שטימט...
ביידען האט אויפגעטריבן מער געלט אין סעפּטעמבער
דזשאו ביידען האט אפציעל אנאנסירט זיין קאנדידאטור פאר...
סעודי אראביע האט געהעקט די פריוואטע פאון פון דזשעף...
באריכט געבט אן: רוסלאנד האט געשיקט 2 עראפלאנען מיט 100...
מוללער אויספארשונג פארטיג – קיין באווייז אויף...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.