וואשינגטאן – נעכטן זענען ווייטער געגאנגען די צוגרייטונגען צום מעגליכן סאמיט צווישן פרעזידענט טראמפ און דער צפון קארעא פירער, קים יאנג אן, און דאס ווייסע הויז האט פולקאם צוריקגעדרייט, זאגנדיג אז ווי עס זעט אויס, וועט דער סאמיט יא פארקומען געציילטע טעג נאכדעם וואס טראמפ האט עס אפגעשאפן. צווישן די צוגרייטונגען, איז געווען דאס וואס מען האט געהערט אז צפון קארעא’ס צווייט-העכסטער רעגירונג פיגור, קים יאנג טשאל, איז געקומען קיין ניו יארק, וואו ער טרעפט זיך מיט דיפלאמאטן אויסצוארבעטן די דעטאלן פונעם סאמיט, און אויך וועט טשאל זיך טרעפן מיט סעקרעטערי אוו סטעיט, מייק פאמפעיא. טראמפ וועט אויך אויפנעמען קומענדיגע וואך דעם יאפאנעזער פירער, שינזא אבעי, אלס טייל פון די צוגרייטונגען צום סאמיט.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
קאראנע וויירוס דערגרייכט אנטארקטיקע טראץ שווערע...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
“גרעסטע רויבעריי אין היסטאריע” פארגעקומען...
פארדאכטן אז כינע האט פרובירט צו מאניפולירן די...
זעלטענע ערד ציטערניש באטרעפט דרום-מזרח פראנקרייך
אמעריקאנע דערטרונקענעם סובמארין פון צווייטן וועלט קריג...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.