לאקאל און נאציאנאל

“מאריא” טויטפעלער שטארק אונטערגעשאצט

פארטא ריקא – א נייע שטודיע וועלכע איז נעכטן פובליצירט געווארן אין די “ניו ענגלאנד זשורנאל אוו מעדיצין” צייגט, אז דער עכטער ציפער פאטאליטעטן פונעם שרעקליכן האריקעין מאריא, וועלכע האט אנגעקלאפט אין פארטא ריקא פאראיאר סעפטעמבער, איז ארום 4,600. דאס איז א דראמאטיש-הויכער ציפער, אינדערצייט וואס די אפיציעלע ציילונג פון דער אמעריקאנער פעדעראלער רעגירונג איז אז בלויז 64 זענען אומגעקומען ביים האריקעין. די עקספערטן זאגן אז דער כאאס אויפן אינזל האט צוגעגעבן, אז די טויטפעלער זענען נישט געהעריג צוזאמגעציילט געווארן, און אויב שטעלט זיך ארויס אלס אמת דער ציפער פון 4,600 פאטאליטעטן, באדייט דאס אז פון מאריא זענען געשטארבן מער מענטשן ווי עס זענען געשטארבן פון די סעפטעמבער עלעווען אטאקעס.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.