אלבאני – ניו יארקער פראקורארן האבן ארויסגעשטעלט קלאגעס קעגן דריי פארשוינען, וועלכע האבן ארויסגעצוואונגען געלט פון צענדליגער אומשולדיגע און אומוויסנדיגע ניו יארקער איינוואוינער, דורכ’ן טעלעפאנירן די מענטשן און זיי זאגן אז זייערע פריינט אדער פאמיליע מיטגלידער זענען געקידנעפט געווארן, און פארלאנגענדיג אויסלייז געלטער. די קלאגעס זענען געמאלדן געווארן דורך ניו יארק אטוירני דזשענעראל בארבארא אנדערוואוד, וועלכע האט געזאגט אז די ארעסטירטע זענען צוויי סיראקיוז איינוואוינער און איין פארטא ריקא איינוואוינער. בסך הכל האבן די דריי פארשוינען באוויזן צו באשווינדלען 55 מענטשן, וועלכע האבן געפאניקט און געצאלט געלט דורכ’ן טעלעפאן פאר די שווינדלער. די פונקטליכע סך-הכל סומע, וואס זיי האבן ארויסגעשווינדלט, איז נישט קלאר.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
בושות: סעמסאנג סאטעליט פאלט אראפ פון די ספערן צו א...
טעראר שרעק אין שיקאגאו ווען קאר פארט אריין אין א...
25 אומגעקומענע אין העלישע פייער אויף שיף אין...
ארעסטאנט באפרייט פון לעבנסלענגליכע טורמע נאך 36 יאר...
האטעל ארבעטער אין קאליפארניע געכאפט געווארן מיט פלענער...
ארעסטאנט באפרייט צוליב “צו אלט צו מארדן”...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.